The Yiddish program audio is currently available Real Audio and MP3 formats
יוסל ווינקלער ב`ערט די 6 מיליאן קדושים אומגעבראכט בעתן חורבן און דערמאנט דעם העראישן ווארשעווער געטא אויפשטאנד פון ניינצטן אפריל 1943. זיינע ווערטער ווערן באגלייט מיט דריי לידער פון דער חורבן תכופה
זונטיק דעם 21 -טן מערץ איז אין מעלבורן ווידער פארגעקומען דער יערלעכער אין איין קול- קאנצערט אין קאלפילד פארק און ס.ב.ס. יידישע ראדיא אנפירער זענען אויך געווען דארט מיט זייער סטודיא אויף רעדלעך, און אלעקס דאפנער האט געכאפט א שמועס מיט ענצעלע יידישע שילער אנוועזנד אינעם קאנצערט אין פארק
דער מעלבורנער חורבן מוזעום און פארש צענטער האט נאר וואס געפייערט 20 יאר עגזיסטענץ און ב`ערט די וואלונטירן ניצול לעבנס געבליבענע פון חורבן. איינע פון זיי פעסיע העלפענבאום האט רעציטירט איר פאעמע לזכרון איר משפחה אומגעבראכט אין טרעבלינקע און אלעקס דאפנער האט גערעדט מיטן לאנג יאריקן פרעזידענט שמועל ראזענקראנץ וועגן דעם צעטנער און די פייערונגען
די יוגנטרוף ארגאניזאציע פון אמעריקע וועלכע האט פאר אן אויפגאבע צו פארשטארקן די יידישע שפראך און קולטור צווישן יונגע יידן, איז געווארן 40 יאר יונג. אלעקס דאפנער האט גערעדט מיט איינע פון די יוגנטרוף אקטיוויסטן שלום בערגער פון ניו-יארק וועגן די פייערונגען און טעטיקייט פון יוגנטרוף, אבער צונערשט הערט דאס ליד "וואסערל" פארפאסט און אויפגעפירט פון יוגנטרוף מיטגלידער אין די 70 -קער יארן
שמועל בענעט גיט איבער וועגן געשעענישן אין און ארום דעם יידישן ישוב פון אויסטראליע
לודוויג וואן בעטאווען איז נישט נאר געווען א געניאלער קאמפאזיטאר נאר אויך א גרויסער הומאניסט וועלכער האט אויסגעדריקט זיינע ידעאלן דורך דער שענסטער מוזיק וואס איז ווען עס איז נישט פארפאסט געווארן. יוסל ווינקלער דערציילט וועגן בעטאווענ`ס לעבן, מוזיק און אידעאלן
דר דוד רינגעלבלום דעדט מיט אלעקס דאפנער וועגן ווירוסן און מיקראבן און די שוועריקייטן פון געפינען אנטידאטן אויף אזעלכע מינען ווי סארס און דאס פויגל אינפלוענזע
אדאם גרוזמאן גיט איבער וועגן געשעענישן אין און ארום ישראל אין יידיש
דעם 2 –טן פעברואר 1943 איז פארגעקומען די היסטארישע קאפיטולאציע פון דער דייטשער ארמיי ביי סטאלינגראד און דער אנהויב פונעם סוף פון דעם נאצי רעזשים. צווישן די צאלרייכע העלדן פון דעם גרויזאמען געראנגל ביי סטאלינגראד איז געווען דער יידישער רויטער ארמיי אפיציר יוסף פעדער. היינט איז יוסיף א תושב פון מעלבורן און כאטש ער איז שוין אויף עמערעטור איז ער אבער א מענטש מיט א לעבעדיקע און היימישע יידישע נשמה. אלעקס דאפנער האט גערעדט מיט אים וועגן זיינע איבערלעבענישן אין סטאלינגראד ערב דער אנדענקס דאטע פון דעם גרויסן געשלעג
דר דוד רינגעלבלום דעדט מיט אלעקס דאפנער וועגן דעם סענסעטיוון עניון פון פארשטאפונק פון די קישקעס און געוויינטלעכע און מעדיצינישע מיטלען פון הילף
יוסל בירשטיין וועלכער איז געשטארבן אין ירושלים די פארגאנגענע וואך, איז געווען א שרייבער אין יידיש און העברעיש און פארמאגט א שארף אויג און מוח און באשריבן די לעבנס פון געוויינלעכע יידן. אין די פרי-40קער יארן האט יוסל בירשטיין געווּוינט אין מעלבורן און בעת דער מלחמה געדינט אין דער אויסטראלישער ארמיי. ער איז עולה געווען קיין ישראל אין 1949 און זיך באזעצט אין קיבוץ וווּ ער איז געווען באשעפטיקט אלס פאסטעך במשך לאנגע יארן. בירשטיין האט ארויסגעגעבן 17 ביכער און זיינע ראמאנען און קורצע דערצילונגען זענען גוט אויפגענומען געווארן אין ישראל און איבער דער יידישער וועלט. אדם גרוזמאן האט גערעדט מיט יוסל בירשטיין אין ירושלים ווען זיין בוך "אויף די געסלעך פון ירושלים" איז דערשינען אין די מיטל 80קער יארן. ביים סוף לייענט דער מחבר- צוויי פון זיינע קורצע דערציילונגען פון דעם בוך
יסופוס פלאוויוס דער רוימישער-יידישער היסטאריקער, פארבלייבט א קאנטראווערסאלער פיגור אין דער יידישער געשיכטע. יוסל ווינקלער דערמאנט אים און זיין ביישטייער צו אונדזער וויסן פון יידישע און רוימישע געשיכטע פון אלטנטום
דזשארדזש גינזבורג האט איבערגעלעבט אוישוויץ און די טויטן מארשן קיין דייטשלאנד און געווארן אן איבערזעצער פאר דער אמעריקאנער ארמיי וועלכע האט אים געהאלפן אויפצוגעפינען זיין מוטער וועלכע האט איבערגעלעבט די גאנצע מלחמה אין בערלין גופה, געשיצט דורך א נישט יידישע דייטשע פאמיליע. איצט האט דזשארדזש פארשריבן זיינע אינטערעסאנטע זכרונות אין א בוך וואס איז דערשינען די וואך און וואס הייסט "א ווילן צו לעבן". אלעקס דאפנער רעדט מיט זשארדזש גינזבורג
א ייד פרעמיער מיניסטער אין גרויס בריטאניע אין יאר 2005? נישט געשטויגן נישט געפלויגן וועט איר זאגן? ווארט, אויב דער נייער פירער פון דער קאנסערוואטיווער פארטיי און קאנדידאט פאר פרעמיער מיניסטער פון גרויס בריטאניע אין די וואלן אין 2005 זיגט, איז עס גאר נישט קיין חלום. אלעקס דאפנער באטראכט די אויסזיכטן פון אזא געשעעניש
א יידיש רעדנדיקע פרעזידענט אינעם ווייסן הויז אין יאר 2005? נישט געשטויגן נישט געפלויגן וועט איר זאגן? ווארט, אויב דער קאנדידאט פאר פרעזידענט אין די וואלן אין נאוועמבער 2004 זיגט, איז עס גאר נישט קיין חלום. אלעקס דאפנער באטראכט די אויסזיכטן פון אזא געשעעניש
דר דוד רינגעלבלום דעדט מיט אלעקס דאפנער וועגן דעם אויסטראלישן געזונט וועזן און וועגן די ערשט פארגעלייגטע ענדערונגען צו דעם "מעדיקער" סיסטעם וועלכע די רעגירונג וויל אריינברענגען אין געזעץ דעם קומענדיקן יאר
די טערקישע יידן האבן געליטן צוויי שרעקלעכע טעראר באמבארדירונגען פון זייערע צוויי גרעסטע שולן אין איסטאמבול שבת דעם 15-טן נאוועמבער. אלעקס דאפנער האט צוגעגרייט דעם באריכט וועגן דער אוראלטער טערקישער, יידישער קהילה
גידון רמז גיט איבער וועגן געשעענישן אין און ארום ישראל – אין ענגליש
דער ערשטער דינסטיק יעדן יאר זינד 1861 איז אין מעלבורן געווידמעט די פערד געיעגן און דעם מעלבורנעם בעכער פערד-געיעג בפרט. היגע יידן וויצלען זיך אז דאס איז דער יום-טוב פון פערד דער חגא-הסוסים, אבער דער ערודיטער פאעט, שרייבער און עסיייסט מלך רשוויטש ע"ה, וועלכער האט געוווינט אין מעלבורן אין די שפעטערע 30 –קער יארן, האט אנגעשריבן זיין עפישע פאעמע: "אויף מעלבורנער גאסן אין טאג פון גרויסן פערד-געיעג" אין 1937 אין וועלכער ער פרעדיקט די גוטע אויסטראליער, א פאלק פארליבט אין פערד און פערד-געיעגן, און ווארנט זיי וועגן דאס שלעכטס פון די אפאקאליפטישע פערד וועלכע רייטן צו פארניכטן די וועלט פון אנדערע לענדער אין אט דער צייט.
שמועל בענעט גיט איבער וועגן געשעענישן אין און ארום דעם יידישן ישוב פון אויסטראליע און דערמאנט די פוילישע שרייבערין און יידן פריינד עליזא אזשעזשקא
דעם 12 –טן אקטאבער איז אפגעמערקט געווארן די ערשטע יארצייט דאטע נאך די טעראריסטישע אויפרייסן אין די נאכט קלובן אין קוטא, באלי וועלכע זענען גורם געווען אין טויט פון 202 יחידים פון 22 לענדער, אריינרעכנדיק 88 יונגע אויסטראלישע טוריסטן. אלעקס דאפנער גיט אפ כבוד די קרבנות פון טעראריזם אין באלי, ישראל און איבער דער וועלט
דער פריילעכער שיינער יום-טוב סוכות פייערט דאס אייננעמען פון שניט אין ארץ ישראל און די סוכות דעמאנען פון די אימפראוויזירטע ביידלעך אויפגעשטעלט בעתן וואנדערן אינעם אין מדבר. אלעקס דאפנער רעדט וועגן דער געשיכטע, טראדיציעס און סימבאלן פון יום-טוב סוכות
אונדזער רעגולערער גאסט דאקטאר דר דוד רינגעלבלום, וועלכער געוויינטלעך קאמענטירט וועגן געזונט און מעדיצינישע ענינים, רעדט דאס מאל מיט אלעקס דאפנער וועגן דער וואונדערבארער יידיש וואך אין ניו-יארק אויף וועלכער ער האט זיך באטייליקט נישט לאנג צוריק
רבקה זופי לייענט י.ל. פרצעס קלאסישע חסידישע דערציילונג פאר ראש השנה "אויב נישט נאך העכער". און א גוט, געזונט און פרידלעך ניי יאר
יוליאן טוווים איז געווען אן אסימילירטער פוילישער ייד און איינע פון די באליבסטע און אנגעזעענסטע פוילישע פאעטן פונעם 20-טן יארהונדערט. נאך דער קריג און דעם שאק פונעם חורבן פון פוילישן יידנטום האט ער זיך דערנענטערט צו די לעבנסגעבליבענע און ישראל ישובים. צו זיין 50-טער יארצייט ב`ערט אלעקס דאפנער טוווימען און זיין ליטערארישער שאפונג און פרעזענטירט עטלעכע פון זיינע לידער רעציטירט פון רחל בעקער און שמאי ראזענבלום.
יוסל ווינקלער דערציילט וועגן דעם גרויסן פוילישן פאעט אדאם מיצקיעוויטש א פריינט פון יידן אין אמאליקער פוילן און ליטע.
אלעקס דאפנער דעדט מיטן מחבר אהרן זייבל וועגן דעם נייעם קאמפאקט דיסק "דער פייגן בוים" באזירט אויף זיין בוך וועלכע טראגט דעם זעלבן נאמען און וועגן די לידער פון אימיגראנטן, געזונגען פון היגע און אויסלענדישע זינגערס אין יידיש, גריכיש, איטאליעניש און ענגליש.
דעם 15-טן יולי איז דער גרעסטער לעבעדיקער און צווישן די גרעסטע ווען עס איז יידישע פאעטן אברהם סוצקעווער, געווארן 90 יאר יונג. און צו ב`ערן זיין לעבן און שאפן הערן מיר דעם אמאליקן מעלבורנעם שרייבער יצחק קאהן ע"ה און די רעציטאטארין דאניעל חר"ג אין א ב`ערונגס פראגראם לכובד אברהם סוצקעווערן
יוסל ווינקלער ב`ערט דעם פאעט ה לייוויק "דער געוויסן פון זיין דור" 2-טע טייל
יוסל ווינקלער ב`ערט דעם פאעט ה לייוויק "דער געוויסן פון זיין דור" 1-טע טייל
דר דוד רינגעלבלום דעדט מיט אלעקס דאפנער וועגן דער ערנסטער "יידישער" טיי-סאקס קראנקייט און וועגן די נייע טייערע מעדיצינען צו היילן ארטריט וועלכע די רעגירונג וועט סובסידירן אין דער צוקונפט
אלעקס דאפנער רעדט מיטן שרייבער און אקטיוויסט לטובות פליטים, אהרן זייבל וועגן דעם איצטיקן מצב פון פליטים און די וואס זוכן אזיל רעכט דא, און וועגן די אקציעס וואס ווערן פלאנירט אפצומערקן דעם טאג
דער גאסט לעקטאר אדאם גרוזמאן האט לעצטנס גערעדט וועגן דער "אלטער" יידישער שפראך און ליטעראטור
דער גאסט לעקטאר אדאם גרוזמאן האט לעצטנס גערעדט וועגן דער נייער יידישער שפראך און ליטעראטור
אונדזערער רעגולערער גאסט אויף דער ראדיא אברהם זשעלעזניקאוו און זיין פרוי מאשא זענען באלוינט געווארן מיט דעם "ארדער פון אויסטראליע" מעדאל פאר זייער טעטיקייט לכבוד דער יידישער געמיינדע. אלעקס דאפנער רעדט מיט אברהמען וועגן זיין טעטיקייט און לעבן אין אויסטראליע נאכן האבן איבערגעלעבט געטא ווילנע און די פארטיזאנקע אין צייט פון דער צווייטער וועלט מלחמה
פראף אברהם ליכטענבוים, דער לייטער פונעם ייווא אין בעאנעס-איירעס, ארגענטינע, גיט איבער וועגן לעבן פון יידישע ישובים אין ארגענטינע, דרום און לאטיין אמעריקע
דר חיה קאלעס-ביר דערציילט אלעקס דאפנער וועגן יידיש אין מרב-אייראפע
דר חיה קאלעס-ביר דערציילט אלעקס דאפנער וועגן די יידיש קורסן זי לערנט אויף דעם אוניווערסיטעט פון לאנדאן און וועגן דער ערשטער יידישער פיעסע וואס איז געשטעלט געווארן אין לאנדאן שוין זינד לאנגע יארן
דר דוד רינגעלבלום דעדט מיט אלעקס דאפנער וועגן דעם אויסטראלישן געזונט וועזן און פראבלעמען צו טאן מיט דאקטוירים אסעקוראציע און פאציענטן אנטשעדיקונג
אדאם גרוזמאן, ראש פון די קול-ישראל יידישע ראדיא פראגראמען און אונדזער ירושלימער קארעספאנדענט, איז אויך דער מחבר פון א בוך וועגן די ספרדישע יידן פונעם 14 –טן יארהונדערט. ער רעדט מיט אלעקס דאפנער וועגן זיין בוך און דער אינטערעסאנטער געשיכטע
שמועל בענעט וועגן געשעענישן אין און ארום דעם יידישן ישוב פון אויסטראליע
אייוואר לייזער האט פארלוירן כמעט זיין גאנצע משפחה אינעם חורבן אין פוילן. ער אליין האט געהאט דאס מזל צו אימיגרירן קיין אויסטראליע נאך פאר דער קריג, און בעת דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער געדינט אלס באמבארדירער אין דער אויסטראלישער לופט-פלאט, אין בארנעא. אין די 1980-קער יארן איז ער געפארן קיין ווארשע און זיך אנגעשטויסן אויף א טייל פון א פארברענטע ספר-תורה, וועלכע איז געראטעוועט געווארן פון די ברענענדיקע חורבות פון ווארשעווער געטא אין מאי 1943. נאך גרויסע אנשטרענגונגען איז אים ענדלעך געלונגען ארויסצוברענגען די ספר-תורה קיין אויסטראליע. אלעקס דאפנער האט גערעדט מיט אייוואר לייזער וועגן דער ספר-תורה
דער ווילנער פארטיזאנער אברהם זשעלעזניקאוו דערמאנט צוויי אקאדעמיעס וועלכע זענען אפקעמערט געווארן אין ווילנער געטא אין די ערטשע טעג פון מיי 1943
יוסל ווינקלער ב`ערט דעם אנדענק פון די 6 מיליאן יידישע קרבנות פון נאציזם און דעם העראישן ווארשעווער געטא אויפשטאנד, לכבוד דעם 60 –טן יארצייט פון דער היסטארישער געשעעניש
באריס גרין איז פון די זעלטענע לעבנס געבליבענע קאמאנדירן פון יידישע פארטיזאנער. ער האט אנגעפירט מיט אן אטריאד פון דריי הונדערט יידישע פארטיזאנער אין די נאראטשע וועלדער אין ליטע. זיין אטריאד האט נישט נאר געקעמפט קעגן די דייטשן און זייערע קאלאבאראטארן נאר אויך באשיצט גאנצע משפחות פון די נעגל פון די נאצישע רוצחים, ווי אויך געהאלפן ארויסשמוקלען באוואוסטע ווילנער פאעטן ווי אברהם סוצקעווער, שמערקע קאטשערגינסקי, און אנדערע. באריס גרין דערציילט אלעקס דאפנער וועגן אט די העלדישע איבערלעבענישן אין צייט פון דער צווייטער וועלט מלחמה
פראף אברהם ליכטענבוים, דער לייטער פונעם ייווא אין בעאנעס-אריעס, ארגענטינע, גיט איבער וועגן לעבן פון יידישע ישובים אין ארגענטינע, דרום און לאטיין אמעריקע
ידא לוסטיג איז געווען א יידישע אקטריסע, זינגערין און פארוויילערין, געבוירן אין טשערקאסע, אוקראינע. זי איז אוועק אין דער אייביקייט מיט א יאר צוריק אין מעלבורן. דער הויכפונקט פון אירע לאנג יאריקע ארויסטריטן אין פוילן און אין אויסטראליע איז אבער געווען איר ארויסטריט פנים על פנים מיט דעם לעגענדארן קאמיקער שימון דזשיגאן בעת זיין באזוך אין מעלבורן מיט פערציק יאר צוריק. דא הערן מיר דעם שטיק וועגן דעם ראבינאט און זייער שטעלונג לגבה געמישטע חתונות, יידן, גוים און ממזרים, אן ענין וועלכער איז נאך צאפלדיק און אקטועל ביזן היינטיקן טאג
דר דוד רינגעלבלום דעדט מיט אלעקס דאפנער וועגן וואס צו טאן אויב מען נייטיקט זיך אין גיכע מעדיצינישע הילף און אויך וועגן די ערנסטע לונגען קראנקייטן ווי לונגען-אנצינדונג
אלעקס דאפנער רעדט אין ענגליש מיט דעם יידישן פארליאמענטארער מייקל דענבי וועגן די ניין געוועזענע ליטווינער וואס שטייען אונטערן פארדאכט אז זיי האבן מיטגעארבעט מיט די דייטשן אין די אויסראטונגס אקציעס קעגן ליטישע יידן און אנדערע במשך דער צווייטער וועלט מלחמה. די אויסטראלישע רעגירונג ווייסט ווי זיי געפינען זיך אבער טענהט אז עס איז אומבאלאנגט פון די ליטישע רעגירונג זי זאל זיך ווענדן צו אויסטראליע זיי אויסצוליווערן און שטעלן פאר א געריכט אין ליטע.
יוסל ווינקלער ב`ערט דעם פאעט, שרייבער, דראמאטורג, קודש און דיכטער פון "דאס ליד פונעם אויסגעהרגטן יידישן פאלק", יצחק קאצענעלסאן ע"ה, לכבוד זיין 60 –טער יארצייט