סינגאפור

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רעפובליק פון סינגאפור
פאן סינגאַפור
סימבאָל סינגאַפור
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד: פארווערטס, סינגאפור
אָרט פֿון סינגאַפור
קאנטינענט אזיע
אפיציעלע שפראך ענגליש, כינעזיש, מאלייאיש, טאמיל
הויפטשטאט סינגאפור 1°17′N 103°50′E / 1.283, 103.833
רעגירונג פארלאמענטארישע רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
סעלאפן ראמאנאטאן
לי הסיען לונג
גרינדונג דאטום
1819, 1965
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
710.2 קוואדראט ק"מ
187
1.444
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

5,076,700
117
7,022 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $255.338 ביליאן (40סט)
וואלוטע סינגאפור דאלאר
צייט זאנע UTC + 8
אינטערנעט דאמען sg.
טעלעפאן קאד 65+

סינגאַפּור איז אַ שטאטס שטאַט אינזל־לאַנד אין דרום־מזרח אַזיע וואס געפינט זיך ביים דרום עק פונעם מאליי האלבאינזל, 137 ק"מ דרום פונעם עקוואטאר. עס גרענעצט מאלייזיע און אינדאנעזיע איבערן ים. עס האט א באפעלקערונג פון פינף מיליאן, וועלכע וואוינען אין געדיכט-באוואוינטע גאסן און אין ריזיגע טורעם געביידעס, פון זיי זענען 76% כינעזיש.

זײַן הױפּטשטאָט איז סינגאַפּור. סינגאפור איז דער פערטע וויכטיגסטער פינאנציעלער צענטער אין דער וועלט. דער פארט פון סינגאפור איז דער פינפטער מערסטער באשעפטיגסטער פארט אין דער וועלט.

די ערשטע שפראך אין סינגאפור איז ענגליש, וואס אלע קינדער לערנען אין דער שולע.

סינגאפור געהערט צום קאמאנוועלט.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין 1819 האט ראפֿלס געקויפט פונעם סולטאן א שטח אין דרום סינגאפור און געעפנט דארט א בריטישע האנדלס שטאט.

ביי דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די יאפאנעזער אקופירט סינגאפור פון 1942 ביז 1945.

אין 1963 איז סינגאפור געווארן א טייל פון מאלייזיע, וואס איז געווארן אומאפהענגיק פונעם פאראייניגטן קעניגרייך. אום 9טן אויגוסט 1965 איז סינגאפור געווארן אינגאנצן זעלבשטענדיג. דער ערשטער פרעמיער מיניסטער איז געווען לי קוואן יו.

יודן אין סינגאפּאר[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין די 840'ער יארן, האט די רייכע ששון פאמיליע פון איראק געבויט א קליינע שוהל אויף א שאסיי וואס איז געווארן באקאנט אלס "סינאגאגע גאס".

אין די ענדע 800'ער יארן האט די געמיינדע געציילט ארום 200 מיטגלידער.

אין 878', האט מען געבויעט א נייע גרויסע שוהל, די "מגן אבות" שוהל אויף וואטערלו סטריט. די שוהל איז נאך ביז היינט דער צענטער פון די יודישע געמיינדע מיט טעגליכע מנינים, שיעורי תורה און א גרויסע באטייליגונג ביי די תפילות שבת.

נאך די צווייטע וועלט מלחמה, האט די קהלה געשאפן די נאן-פראפיט ארגאניזאציע "דזשואיש וועלפעיר באורד" וועלכער פארוואלטעט אויף די שוהל, צוויי מקוואות, א תלמוד תורה און א כשר'ן רעסטוראנט און געשעפט וואס פארקויפט אימפארטירטע כשר'ע עסנווארג.

דער מרא דאתרא היינט צוטאג איז הרב מרדכי אבערגעל.

אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן