מאלי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רעפובליק פון מאַלי
République du Mali
פאן מאלי
סימבאָל מאלי
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד:
אָרט פֿון מאלי
קאנטינענט אפריקע
אפיציעלע שפראך פראנצויזיש
הויפטשטאט באמאקא 12°39′N 8°0′W / 12.65, -8
רעגירונג
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער

גרינדונג דאטום
22סטן סעפטעמבער 1960
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
1,240,192 קוואדראט ק"מ
24סט
1.6
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

14,517,176 (2009)
67סט
30.3 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $17.872 ביליאן (132סט)
וואלוטע מערב אפריקאנער פראנק
צייט זאנע UTC
אינטערנעט דאמען ml.
טעלעפאן קאד 223+

מאֵלי, אפיציעל די רעפובליק פון מאלי (פראנצויזיש: République du Mali, [maˈli]), איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מערב אפריקע. מאלי גרענעצט אלזשיר צו צפון, ניזשער צו מזרח, בורקינע פאסא און דעם בארטן פון העלפאנדביין צו דרום, גינע צו דרום־מערב, און סענעגאל און מאריטאניע צו מערב. זי האט א שטח פון מער ווי 1,240,000 ק"מ² מיט א באפעלקערונג פון 14.5 מיליאן. די הויפטשטאט איז באמאקא.

מאלי באשטייט פון אכט ראיאנען. די צפונדיקע גרענעצן גייען טיפ אריין אין דעם סאהארא, אבער אין דרום, וואו דער מערסטער טייל פון איינוואוינער וואוינען, זענען די ניזשער און סענעגאל טייכן. דער עקאנאמישער סטרוקטור פון לאנד דרייט זיך ארום לאנדווירטשאפט און פישעריי. מאלי האט נאטירלעכע רעסורסן ווי גאלד, אוראניום, פיך און זאלץ. העלפט פון דער באפעלקערונג לעבט אונטער דער אינטערנאציאנאלער ארימקייט ליניע פון US$1.25 א טאג.[1]

אינעם 19טן יארהונדערט האט פראנקרייך גענומען קאנטראלע איבער מאלי, וואס איז דעמאלסט געווארן א טייל פון פראנצויזישן סודאן. אין אפריל 1959 איז פראנצויזישער סודאן באהאפטן געווארן מיט סענעגאל צו ווערן די מאלי פעדעראציע, וואס איז געווארן זעלבשטענדיק אין דער פראנצויזישער געמיינדע יוני 1960. אויגוסט 1960 האט = סענעגאל ארויסגעטראטן פון דער פעדעראציע. אין סעפטעמבער 1960 האט די פעדעראציע געענדערט איר נאמען צו "רעפובליק פון מאלי" און האט זיך צוריקגעצויגן פון דער פראנצויזישער געמיינדע.

געאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

מאלי האט נישט קיין בארטן ביים ים. צוויי גרויסע טייכן פליסן אין מאלי, דער סענעגאל טייך אין מערב פון לאנד און דער ניזשער טייך וואס פליסט אדורך דעם צענטראלן טייל פון לאנד. די אלע הויפט שטעט אין לאנד ליגן אויפן ניזשער טייך, צווישן זיי די הויפטשטאט באמאקא און די אוראלטע הויפטשטאט טימבוקטו.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. Human Development Indices (אויף ענגליש), טאבעלע 3: מענטשלעכע און איינקונפט ארימקייט, עמ' 35. דערגרייכט דעם 1טן יוני 2009