װיקיפּעדיע:פריוואטקייט פאליסי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Green check.png דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס.


אלע פראיעקטן פון דער וויקימעדיע פונדאציע ווערן אנטוויקלט צוזאמען דורך אירע באניצער ניצנדיק דאס מעדיעוויקי ווייכווארג. יעדער איינער מיט צוטריט צו דער אינטערנעץ (און וואס מען האט אים נישט אנדערשט באגרענעצט פון טון דאס) קען רעדאקטירן די רעדאקטבארע בלעטער פון די וועבזייטלעך מיט אדער אן זיך אריינלאגירן ווי אן איינגעשריבענער באניצער.

די פריוואַטקייט פאליסי איז א פארזיכערונג צוזאג און פאליסי פון אלע באניצער דא און אויך פון דער וויקימעדיע פונדאציע, וויאזוי זיי פארפליכטן זיך צו היטן אויף דער פריוואטקייט פון אלע וויקיפעדיע און אנדערע וויקיבאניצער און אינפארמאציע.

דאס הייסט אז מען טאר נישט באשרייבן קיין פריוואטע מענטשן סתם אזוי נאר בלויז אויב זיי שטימען אין דעם גדר פון מערקווערדיקייט און וויאזוי מען באשרייבט ביאגראפיעס פון לעבעדיגע פערזענליכקייטן.

די פאליסי דא אין דער יידישער וויקיפעדיע איז נישט שטרענגער מיט קיין איין פרט פון אנדערע וויקיפעדיעס. אין אלע וויקיס באהאנדלט מען דעם שטרענגסטן אונזער אידענטיטעט פון די באנוצער פון אלע וויקיפעדיעס, אבער נאכדערצו ביי אידן וואס רוב זענען דא פרומע באנוצער וואס זייערע רבנים לאזן זיי נישט שרייבן אויפן אינטערנעט און זייער אויפדעקונג איז א שטער פאר דער יידישער וויקיפעדיע.

מודעה: אלס וואס איר ביישטייערט צו א פראיעקט פון וויקימעדיע ווערט פארעפנטליכט בפרהסיא. וואס נאר איר שרייבט ווערט געהאלטן אויף אייביג. דאס איז כולל ארטיקלען, באניצער בלעטער און רעדן בלעטער.

מען טאר נישט אויפדעקן קיין אנדערנס פריוואטע אידענטיטעט[באַאַרבעטן]

אויפצודעקן די אידענטיטעט אדער סיי וואסארא אנדערע פריוואטקייט פון אן אנדער באנוצער אן רשות אים צו פערזענליך אטאקירן, איז זייער שטרעג פארבאטן אין דער אידישער וויקיפעדיע און מ'ווערט בלאקירט דערפאר פון אלע וויקיפעדיע שפראכן אן ווארענען.

אויב א סייט טוט אויפדעקן די פריוואטקייט פון א וויקיפעדיע שרייבער, האט די וויקימעדיע פונדאציע א פאליסי אז א ראבאט לאזט נישט לייגן די דאזיגע וועבערטער אין קיין איין וויקי אונטער זייער בעלות, אויך האבן זיי אן אפמאך מיט גוגל און יאהו און אנדערע זוכמאשינען אז די דאזיגע זייטלעך ווערן אנערקענט אלס ספעם און זיי לינקען נישט אהין אין די זוך רעזולטאטן. מען דארף דאס נאר ציוויסן טאן פאר די סטוארטס זיך מיט דעם מטפל זיין.

אופן:

  1. אפילו עס איז נאר א רמז.
  2. אפילו עס איז נישט אמת.
  3. אפילו ער טענה'ט אז ער האט נישט געמיינט צו טשעפן.
  4. אפילו יענער האט קעגן אים געטאן אן עוולה.
  5. אפילו יענער האט געבראכן פאליסי.
  6. אפילו ער טענה'ט אז ער האט נישט געוויסט די פאליסי.
  7. אפילו יענער האט אים געזאגט זיין אידענטיטעט.

צום ביישפיל:

  1. אויב איינער רופט איינעם ביי א אנדער נאמען אפילו עס איז נישט זיין ריכטיגער נאמען איז דאס א פארעם פון ארויסגעבן זיין אידענטיטעט, ווייל עס קען זיין א רמז פאר עפעס.
  2. אויך א פלאץ אדער א פאך וואס מען ארבייט פאר פרנסה.
  3. אדער א חסידות, דווקא א קליינער חסידות נישט סאטמאר אדער גור ברסלב וכדו', אז מען זאגט איינעם אז ער איז א חסיד פון יענעם רבין און יענער רבי האט בלויז אפאר חסידים.

סיבה:

ווייל רוב אויב נישט כמעט אלע יידיש שרייבער זענען היימישע חסידים וואס קענען זיך איינער דעם אנדערן און ווייסן זייערע משפחה נעמען און ווער זיי זענען. און סיי וואסארא יעדע רמז אז מען האט געפאקט דעם שרייבער אויפן אינטערנעט; איז זיין פרנסה; חינוך פאר די קינדער; שידוך פאר די קינדער; סאציאלער שטאנד אין קהילה; און אזוי ווייטער געשאכטען געווארן פאר אייביג. ווייל אינטערנעט איז טריפה או אפגעפרעגט ביי חסידים וואס רעדן יידיש.

נישט יעדער חסיד האט די מסירת נפש פאר וויקיפעדיע און רוב פון זיי זיכן זיך נישט קיין צרות און זיי וועלן נישט זיך באטייליגן אין וויקיפעדיע אויב מען וועט נישט פארזיכערן צו היטן זייער אידענטיטעט פאר אלע געלטער.

הילף אינהאַלט



וואס איר שרייבט אויף וויקיפעדיע איז מער נישט אייערס פריוואט[באַאַרבעטן]

וואס מען שרייבט אין וויקיפעדיע איז נישט אייערס מער, אפילו איר האט זיך שטארק געפאלגט דערויף און נאר איר האט דאס געקענט שרייבן.

אייער פריוואטער אידענטיטעט[באַאַרבעטן]

זיי וועלן נישט ארויסגעבן קיינעמ'ס פריוואטקייט נאר אויב זיי ווערן פארלאנגט פון די רעגירונג דורך דעם געזעץ פון לאנד. און אויף אנדערע אומשטענדן וואס זיי האלטן אז דאס פעלט אויס פארן וואולזיין פון אלע וויקי'ס ווי וויקיפעדיע און וויקינייעס און אזוי ווייטער.


זיך איינשרייבן[באַאַרבעטן]

אויך כדי צו היטן אויף אייער פריוואטקייט פאדערן זיי אויף יעדן באנוצער זיך איינשרייבן אין וויקיפעדיע און נאר שרייבן מיטן באנוצער נאמען ווייל דער איי. פי. אדרעסע קען אייך ארויסגעבן די פריוואטקייט פאר שווינדלער וואס ליינען וויקיפעדיע.


פאליסיס
פרינציפן

פינף זיילן
וואס וויקיפעדיע איז נישט

ארטיקל סטאנדארטן

נייטראל
צייגט מקורות
ביאגראפיעס פון לעבעדיגע מענטשן
נאמען פון ארטיקל

צוזאמענארבעט מיט אנדערע

זיך אויפפירן העפליך
קאנסענסוס
קיין פערזענלעכע אטאקעס
לייזן מחלוקת'ן

זעט אויך[באַאַרבעטן]