עסטרייך

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון עסטרײַך)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רעפובליק פון עסטרייך
Republik Österreich
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד: לאנד פון בערג, לאנד ביים טייך
אָרט פֿון
קאנטינענט אייראפע
אפיציעלע שפראך דייטשיש
הויפטשטאט ווין 48°12′N 16°21′E / 48.2, 16.35
רעגירונג פעדעראלע פארלאמענטארע רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
היינץ פישער
ווערנער פיימאן
גרינדונג דאטום
27סטן יולי 1955
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
83,872 קוואדראט ק"מ
115
1.7
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

8,602,112
94
101.4 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $402.420 ביליאן (35סט)
וואלוטע איירא
צייט זאנע צענטראלע אייראפעישע צייט
אינטערנעט דאמען at.
טעלעפאן קאד 43ז+

דאס עסטרײַך (דײַטשיש: Österreich) , אפיציעל די רעפובליק פון עסטרייך (דײַטשיש: Republik Österreich) איז אַ פעדעראלע רעפובליק וואס איז א לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין צענטראל-אײראָפּע. זיין הויפטשטאָט איז וויען. עס וווֹינען דאָרט מער ווי 8.5 מיליאָן מענטשן, פון זיי עטליכע טויזנט יידן. עסטרייך גרענעצט אכט לענדער: דייטשלאנד און טשעכיי צו דרום, סלאוואקיי און אונגארן צו מזרח, סלאוועניע און איטאליע צו דרום, און שווייץ און ליכטנשטיין צו מערב. עסטרייך באדעקט א שטח פון 83,879 קוואדראט ק"מ. דאס לאנד ליגט אין די אלפן און איז איבעראל בערגיק; נאר 32% פון לאנד איז נידריגער ווי 500 מעטער, און דער העכסטער פונקט איז 3,798 מעטער איבערן ים־פלאך. די מערהייט פון דער באפעלקערונג רעדט א בייערישן דיאלעקט פון דייטש ווי זייער מוטערשפראך, און די אפיציעלע שפראך איז עסטרייכישע דייטש. אויך אונגאריש און סלאוועניש זענען אפיציעלע שפראכן אין טייל פון לאנד.

עסטרייך האט א היסטאריע וואס גייט צוריק מער ווי טויזנט יאר, פונעם 9טן יארהונדערט.

אין דעם 19טן יארהונדערט האט געהערשט אין עסטרייך די האפסבורג דינאסטיע, און עסטרייך איז געווארן איינער פון די גרויסער קראפטן פון אייראפע. אין 1867, האט דער קייסער פראנץ יאזעף פארוואנדלט די עסטרייכער אימפעריע אין דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע. די עסטרייך אונגארישע אימפעריע איז איינגעפאלן אין 1918 ביים סוף פון דער ערשטער וועלט מלחמה. די ערשטע עסטרייכער רעפובליק איז געגרינדעט אין 1919, מיט א קלענערן שטח לאנד. אין 1938 האט עסטרייך זיך באהאפטן צו נאצי דייטשלאנד אינעם אנשלוס, וואס האט געצויגן ביז דער ענדע פון דער צווייטער וועלט מלחמה אין 1945, ווען די אליאירטע כוחות האבן אקופירט דאס לאנד. די אקופאציע האט געענדיגט אין 1955 ווען דער עסטרייכער שטאַט אפמאך האט ווידער אויפגעשטעלט עסטרייך ווי א סואוורענער שטאַט. אין יענעם יאר האט דער עסטרייכער פארלאמענט דערקלערט די אייביגע נייטראלקייט פון עסטרייך.

היינט איז עסטרייך א פארלאמענטארע דעמאקראטיע וואס באשטייט ניין פעדעראלע שטאטן. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז ווין, מיט א באפעלקערונג העכער פון 1.7 מיליאן. עסטרייך איז איינע פון די רייכסטע לענדער אין דער וועלט, מיט א ברוטא אינלענדישן פראדוקט א מענטש פון $52,216 (געשאצט 2014). דאס לאנד האט א הויכן לעבן סטאנדארט. עסטרייך איז א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער זייט 1955, פונעם אייראפעישן פארבאנד זייט 1995, און האט אדאפטירט די אייראפעאישע וואלוטע , די איירא, אין 1999.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין יאר 788 האטקארל דער גרויסער איינגענומען דעם שטח וואס איז היינט עסטרייך. דעם נאמען עסטרייך טרעפט מען צום ערשטן מאל אין 996, געשריבן Ostarrîchi. אין 1156 איז עסטרייך געווארן א הערצאגשאפט. נאכן טויט פון פרידריך דער צווייטער אין 1246, האט אטאקאר דער צווייטער פון בעהמען באקומען הערשאפט איבער די הערצאגשאפטן פון עסטרייך, סטיריע און קארינטיע. אין 1278 האט אים געזיגט רודאלף וואן האפסבורג. פון דעמאלסט אן ביז דער ערשטער וועלט-מלחמה איז עסטרייך געבליבן אין די הענט פון דער האפסבורג דינאסטיע.