אינפארמאציע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אינפארמאציע איז א פילפאכיגער באגריף פון פארשידענע מיינונגען און פארעמעס, וואס באדינט דעם מענטש אויף פארשידענע וועגן און אופנים. פון נאך איז דאס בעיקר פארבינדן צו זאכליכע ענינים ווי וויסנשאפט, אנווייזונגן, מידיע, א.א.וו.

אינפארמאציע איז א שם הכולל פאר יעדן קוואל אדער אוצר וואס געבט די מעגליכקייט צו פארשטיין זאכן פאר מענטשן.

עס איז דער רעזולטאט פון אויסשטעלן, מאניפולירן און פראצעסירן דאטן אויף אזא אופן וואס געבט צו דעת פאר זייער מקבל. אין אנדערע ווערטער איז דאס דער קאנטעקסט אין וואס דאטן ווערן גענומען.

עס איז שטארק פארבינדן אין טאג טעגלעכן געברויך פון לעבן פאר קאמוניקאציע, קאנטראל, דאטן, דעת, מיינונג, מענטאלע סטימולוס, פעטערען, באגרייפן, און רעפרעזענטאציע.

אסאך רופן די היינטיגע צייטן אלס די אינפארמאציע תקופה צוליב די אינטערנעץ וואס האט פיל פארגרינגערט די אינפארמאציע מעדיום פאר מענטשן.