פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע
United States of America
פאן אמעריקע
סימבאָל אמעריקע
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד: The Star-Spangled Banner
מאָטאָ: In God we trust
e pluribus unum
אָרט פֿון אמעריקע
קאנטינענט צפון אמעריקע
אפיציעלע שפראך ענגליש
הויפטשטאט וואשינגטאן די. סי.

38°53′N 77°01′W / 38.883, -77.017

רעגירונג דעמאקראטיע - פעדעראלע רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
באַראַק אָבאַמאַ
קיין
גרינדונג דאטום
4טן יולי, 1776
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
9,631,418 קוואדראט ק"מ
3טע
4.87%
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

איבער 310,000,000
3טע
31 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $14.441 טריליאן‏[1] ()
וואלוטע טאלער (דאלער) $
צייט זאנע 10, UTC-5, 6, 7, 8
אינטערנעט דאמען (us (com, gov, mil.
טעלעפאן קאד 1+

די פאַראַייניקטע שטאַטן פון אַמעריקע (ענגליש: United States of America)—געוויינלעך גערופן די פאַראַייניקטע שטאַטן—איז אַ פֿעדעראַלע דעמאָקראַטישע רעפובליק אין צפון אמעריקע װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין יאר 1776. זייער הױפּטשטאָט איז װאַשינגטאָן די. סי. די רעפובליק נעמט אריין 50 שטאַטן און דעם פעדעראלן דיסטריקט פון קאלומביע. דער גרעסטער שטאַט איז אלאסקע אין צפון-מערב פון דעם קאנטינענט פון צפון אמעריקע. דער שטאַט פון האוואי איז אין דעם פאציפישן אקעאן. די אנדערע 48 שטאטן מיט דעם דיסטריקט פון קאלומביע געפינען זיך צווישן קאנאדע אין צפון און מעקסיקא אין דרום. אין מזרח איז א בארטן מיטן אטלאנטישן אקעאן און אין מערב מיטן פאציפישן אקעאן. אויך האט די מדינה פינף באוואוינטע און ניין נישט־באוואוינטע אינזלען אינעם פאציפיק און אינעם קאראאיבישן ים.

דער ערשטער פרעזידענט איז געווען דזשארדזש וואַשינגטאן.

די פאראייניקטע שטאטן, מיט א שטח פון 9.83 מיליאן קוואדראט ק"מ (3.79 מיליאן קוואדראט מייל), איז דאס דריטע אדער פערטע גרעסטע לאנד לויטן טאטאלן שטח, און דאס דריטע גרעסטע לויטן שטח פון דער יבשה. די באפעלקערונג אין יולי 2011 איז געווען 313 מיליאן איינוואוינער, דאס דריטע גרעסטע אין דער וועלט. א בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן ווערט גערופן אן "אמעריקאנער".

דאס לאנד האט זיך אנטוויקלט פון די 13 בריטישע קאלאניעס אויפן אטלאנטישן בארטן אינעם 18טן יארהונדערט. צוליב פלוגתות צווישן דער בריטישער רעגירונג אין די קאלאניעס איז געווארן די אמעריקאנישע רעוואלוציע. אום 4טן יולי 1776 האבן דעלעגאטן פון די 13 קאלאניעס ארויסגעגעבן זייער דעקלאראציע פון אומאפהענגיקייט, וואס האט געגרינדעט די מדינה.

דורכאויס דעם 19טן יארהונדערט האבן די פאראייניגטע שטאטן זיך פארשפרייט איבער דעם קאנטינענט ביז צום בארטן פונעם פאציפישן אקעאן.

די עקאנאמיע פון די פאראייניגטע שטאטן איז די גרעסטע נאציאנאלע עקאנאמיע אין דער וועלט, און זייער ברוטא אינלענדישער פראדוקט (בא"פ) פאר 2012 ווערט געשאצט צו 15.6 טריליאן דאלאר – 19% פונעם גלאבאלן בא"פ לויט קויפקראפט פאריטעט, פון אן 2011.[2][3][4]

די עקאנאמיע ווערט געטריבן פון א שפע פון נאטירלעכע רעסורסן, א גוט־אנטוויקלטן אינפראסטרוקטור,[5] און הויכן פראדוקטיוויטעט;[6]. דאס לאנד איז נאך איינער פון דער וועלטס גרעסטע פאבריצירערס.[7] עס גיט ארויס 39% פון דער גלאבאלער מיליטערישער אויסגאבע,[8] און איז א פראמינענטע עקאנאמישע, פאליטישע און קולטורעלע קראפט אין דער וועלט, ווי אויך א פירער אין וויסנשאפטלעכער פארשונג און טעכנאלאגישער אינאוואציע.[9][10]

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין די צייטן פונעם מיטל אלטער האט מען נישט בכלל געוואוסט פונעם אמעריקאנישן קאנטינענט, מען האט געמיינט אז נאך אייראפע גייט דער אטלאנטישער אקעאן ארום דער האלבער וועלט ביז עס טרעפט זיך ווידער צוזאם מיטן פאציפישן אקעאן, עס איז געווען א גרויסער שפאנישער מאטראס וואס האט געהייסן קריסטאפער קאלומבוס ער האט געהאלטן אז אויב פארט מען לאנג אויפן אטלאנטישן אקעאן קומט מען אן אין אינדיע, ער האט געפועלט ביי דער שפאנישער קעניגין אויב מען גיט אים איבער א גרויסן שיף מיט געלט און מענטשן וועט ער מאכן א נסיעה און דערמיט פארקורצן דעם וועג קיין אינדיע, ער האט אויפגעוויזן אז דאס וועט הייבן דעם עקספארט-אימפארט פון איבעראל, און שפאניע וואס איז דאן געווען א וועלט מאכט וועט דערפון שטארק בענעפיטירן.

נאך א לאנגער נסיעה איז ער אנגעקומען צו דער טרוקעניש, ער האט דארט געטראפן אסאך אומצוויליזירטע מענטשן, ער מיט זיינע מענטשן האבן געמיינט אז זיי האבן אנטדעקט א קורצן וועג קיין אינדיע, דערפאר האט ער גערופן די מענטשן אינדיאנער. ווען ער איז אנגעקומען איז געווען אין יאר 1492, צו די אינזלען פון די פאראיינגיטע שטאטן,

אביסל שפעטער איז אנגעקומען אויף דער טערעטאריע וואס איז היינט דרום אמעריקע. א גענעראל מיטן נאמען אמעריגאָ וועספוטשי, און האט אנטדעקט אז דאס איז בכלל נישט אינדיע, דאס איז א נייער קאנטינענט, דעריבער רופט מען עס אויף זיין נאמען אמעריקע.

דער אנהייב פון די קאלאניעס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

נאך קריסטאפער קאלומבוס האבן די שפאניער ארויס געשיקט נאך שיפן און צוביסלעך האט שפאניע באהערשט גאנץ זיך און צענטראל אמעריקע, חוץ בראזיל וואס איז געווארן א פארטוגעזישע קאלאניע.

אין 1565 האט שפאניע אויפגעשטעלט א שטעטל אין פלארידע, דאס ערשטע שטעטל מיט די אייראפעישן סטיל .

אויך אנדערע אייראפעאישע לענדער האבן זיך אנגעהויבן אינטערעסירן אין דעם נייעם קאנטינענט, ענגלאנד, פראנקרייך און האלאנד.

ענגלאנד האט אויפגעשטעלט ווירדזשיניע אין 1620 דערנאך מאסאטשוסעטס, און דערנאך פענסילוועניע. די פראנצויזן האבן געבויעט דעם צפונ'דיגן טייל פון נארד אמעריקא די שטעט קוויבעק און מאנטריאל, און די האלענדער האבן געבויעט די ניו אמסטערדאם וואו עס געפינט זיך היינט ניו יארק, אבער די ענגלענדער האבן געקעמפט אז זיי זאלן זיין די בעלי בתים, ניו יארק איז גאר שנעל אריבער צו זיי פון האלאנד, און אין יאר ה'תקכ"ג איז אויך קאנאדע אריבער, אזוי אז גרויסבריטאניע (ענגלאנד) האט איינגענומען אלע שטחים וואס זענען געשטיצט געווארן ביי אנדערע לענדער.

די מלחמה פאר זעלבשטענדיגקייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אזוי ווי ענגלאנד איז פאקטיש געווען דער בעל הבית אויף דער טעראטאריע האט זיך פרובירט דאס אויסניצן מאקסימום. דער דעמאלטסדיגער ענגלישער קעניג געארגג דער דריטער האט ארויפגעלייגט שווערע שטייערן אויף די איינוואוינער. די איינוואוינער האבן פארלאנגט אז אזוי ווי זיי זענען א חלק פונעם ענגלישער קעניגרייך זאלן זיי קענען וועעהלן א פארטרעטערשאפט אין דעם ענגלישן פארלאמענט וואס זאל זיך אננעמען פאר זיי, און נישט דערלאזן די אומיושר'דיגע שטייערן דער קעניג האט זיי דאס נישט געוואלט נאכגעבן. דאס האט געברענגט דערצו אז אין צווייטען העלפט פון 17טן יארהונדערט האט זיך געעפנט א באוועגונט וואס האט זיך געריפען "די אמעריקאנישע רעוואלוציע" . די מענטשן האבן אנגעהובין פארלאנגען מער פרייהייט, ענגלאנד איז גרייט געווען איהר דאס צו געבן, אזוי אז אין יאר 1763 האבען זיך צוזאמען גענומען דרייצען קאלאניעס וואס האבען נישט געוואלט זיין אינטער בריטאניע און אין אפריל 1775 האט די מלחמה אויסגעבראכען פאר אומאפהענגיקייט אונטער גענעראל דזשארזש וואשינגטאן און אין 4טן יולי 1776 האט טאמעס זשעפערסאן געשריבן די דעקלאראציע פון אומאפהענגיקייט פאר די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא.

די ערשטע דרייצן לענדער וואס האבן זיך דערקלערט אומ-אפהענגיג און זענען געווארן א חלק פון דער נייער מדינה זענען דעלאווער, פענסילוועניע, ניו דזשערסי, דזשארזיע, קאנעטיקעט, מאסאטשוסעטס, מערילענד, דרום קאראליינע, ניו העמפשער, ווירדזשיניע, ניו יארק, צפון קאראליינע און ראוד איילענד.

דער ווידערשטאנד האט זיך צופלאקערט, די ענגלענדער האבן געשיקט אן ארמיי אונטערדריקן דעם ווידערשטאנד, נאך א לאנגער קאמף האבן זיך די ענגלענדער אונטערגעגעבן.

די מלחמה האט אנגעהאלטן ביז 3טן אויגוסט 1782. אום 3טן סעפטעמבער 1783 האט ענגלאנד אונטערגעשריבן א שלום אפמאך מיט אמעריקא, כאטשיג געארג דער דריטער פון ענגלאנד האט נאך געוואלט אנהאלטן די מלחמה האט ער פארלוירן אין פארלאמענט זיינע שטיצער און מ'האט דורכגעפירט א רעזאלוציע אין פארלאמענט פאר שלום.

פון דאן אן האבן די דערמאנטע דרייצן קאלאניעס באקומען א פולקאמע זעלבטשטענדיקייט. דזשארזש וואשינגטאן איז געווען אויסדערוויילט דער ערשטער פרעזידנעט פון די פאראיינגיטע שטאטן.

פון 1803 צו 1848 האט זיך אמעריקע געטריפלט גרויס ווייל אמעריקעס אידיאלאגיע איז געווען זיך אויסשפרייטן פאר ווי מער, וואס צוליב דעם האט אויסגעבראכן אין יענע יארן צוויי מלחמות:

די ערשטע איז: אמעריקע האט דערקלערט קריג קעגן בריטאניע דעם 18טן יוני 1812, צוליב די נישט פרייע באוועגונג פון אמעריקע ארום דער וועלט אין צוליב אירע פיש כאפערס וואס מ'האט זיי נישט געלאזט האנדלען א.ד.ג. און אנדערע ווערטער פרייע האנדל - וואס דאס איז געווען א רעזולטאט פון דער מלחמה פון ענגלאנד און פראנקרייך - איינזענדיג אז ס'נישט רעאליסטיש זיך צו שלאגן קעגן אזא אימפעריע האט מען באשלאסן איינצונעמן קאנאדע וואס איז געווען אונטער בריטאניע.

דער בירגער קריג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א וויכטיגער קאפיטל אין דער געשיכטע פון די פאראייניגטע שטאטן איז דער בירגערקריג וואס האט אויסגעברויכן אין יאר ה'תרכ"א, עס איז באקאנט מיטן נאמען דער קאמפ פון דעם צפון מיטן דרום. די דרומ'דיגע לענדער פון די פאראייניגטע שטאטן האבן באשעפטיגט איבער א מיליאן שווארצע קנעכט, די זענען געווען שווארצע מענטשן וואס מען האט געצוואנגענערהייט געברענגט פון אפריקע. די דרום שטאטן האבן געהאט אסאך פעלדער אין זייער באנוץ, און עס איז זיי געווען וויכטיג צו האבן אסאך ארבייטערס פאר די תבואה און פרוכטן. די צפון איינוואוינער אין שפיץ פון דעם פרעזידענט אברהם לינקאלן האבן אויפגעפאדערט די דרום לענדער פרייצולאזן די קנעכט, וויבאלד דאס איז קעגן דעם מענטשליכן מאראל און קעגן די פארשריפטן פון די דעקלעראציע פון זעלבשטענדיגקייט פון די פאראיינוגוג, וואס לויטעט אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן אייניג. די דרומ'דיגע האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון דעם פרעזידענט'ס פאדערונג, זיי זענען געגאנגען א טריט ווייטער און האבן ערוויילט א נייעם פרעזידענט, מיטן נאמען זשעפערסאן דעוויס, זיי האבן געלאזט וויסן אז זיי טיילן זיך אפ פון די פאראייניגטע שטאטן, לינקאלן האט דאס נישט צוגעלאזט און איז ארויס מיט א בלויטיגן קאמף קעגן די דרום שטאטן, עס האט זיך געצויגן פיר יאר, איבער זעקס הונדערט טויזענט סאלדאטן זענען גע'הרג'ט געווארן, צום סוף האבן זיך די דרום'דיגע אינטערגעגעבן, די יוניאן האט זיך צוריק פאראייניגט, און די שווארטצע קנעכט זענען ארויס פריי. (פרעזידענט לינקאלן איז ערמארדעדט געווארן איינצעלנע טעג נאך דעם וואס די דרום'דיגע לענדער האבן זיך אונטערגעגעבן).

דער אמעריקאנער פאן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער פאן אין אמעריקא האט דריי קאלירן רויט, בלוי, און ווייס. עס האט דרייצן פאסן, טייל רויט און טייל ווייס, דאס סימבאליזירט די דרייצן גרינדעדע קאלאניעס, און עס האט פופציג ווייסע שטערן אויף א בלויען גראדעקיקן הינטערגרונט, דאס זענען די פופציג שטאטן וואס זענען דערין פאראייניגט.

א פאלק פון אימיגראנטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די פאראייניגטע שטאטן איז א פאלק וואס איז צוזאמענגעשטעלט פון אלע סארט מענטשן אין דער וועלט, פון די פארצייטישע איינוואוינער די אינדיאנער זענען געבליבן עטליכע הונדערט טויזענט אלס אנדענק, פון זיי איז דא אזעלכע וואס לעבן נאך ביז היינט אין ספעציעלע רעזערווארטן. די רעגירונג גיט זיי נאך אסאך בענעפיטן כדי זיי פארגוטיגן פארוואס מען האט פון זיי צוגענומען זייער לאנד, ווי דאס אז זיי מוזן נישט צאלן קיין שטייערן. אבער דער מערהייט פון די באפעלקערונג פון די פאראייניגטע שטאטן איז ווייסע מענטשן אפשטאמיגע פון אייראפא און אזיע, אבער עס זענען אויך פאראן מיליאנען שווארצע וואס זענען קינדער פון די וועלכע זענען געברענגט געווען געצוואונגענערהייט פון אפריקע צו דינען אלס קנעכט פאר די ערשטע באוואינער. אין די שנייאיגע געביטן אין אלאסקע טרעפט נאך די עסקימאסישע שבטים.

געאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער לאנד שטח פון די 48 שטאטן אין דער יבשה פון די פאראייניגטע שטאטן איז 7,700,000 ק"מ2. אלאסקע, מיט א שטח פון 1,480,000 ק"מ2, איז דער גרעסטער שטאט. האוויי, מיט א שטח פון 16,000 ק"מ2, אקופירט אן ארכיפעלאג אינעם פאציפישן אקעאן, דרום־מערב פון צפון אמעריקע.

די פאראייניגטע שטאטן איז דאס דריטע גרעסטע לאנד לויט סה"כ שטח—יבשה און וואסער—אין דער וועלט (נאך רוסלאנד און קאנאדע). דאס לאנד גרענעצט קאנאדע אין צפון און מעקסיקא אין דרום. דער קאנאדע-פאראייניגטע שטאטן גרענעץ, וואס איז באשטימט געוואן אין דעם מיטן פונעם 19טן יארהונדערט, ציט זיך אין א גראדער ליניע לענגאויס דעם 49סטן גארטל ליניע צפון, אריבערגייענדיק טייכן און אזערעס (פיר פון די גרויסע אזערעס זענען צעטיילט צווישן די צוויי לענדער, און נאר מישיגן אזערע געהערט אינגאנצן צו די פאראייניגטע שטאטן), אן צו בארעכענען מיט טאפאגראפישע ליניעס. דער גרענעץ שאפט נישט קיין פראבלעמען; די צוויי זייטן פונעם גרענעץ האבן א גרויסע זעלביקייט אין קולטור, שפראך, טראדיציע און לעבנסשטייגער. דער דרום גרענעץ מיט מעקסיקא האט העלפט פון דער לענג פונעם גרענעץ מיט קאנאדע, און גייט מערסטנס דורך מדבר־געגנטן.

אין מזרח ליגט די פאראייניגטע שטאטן אויפן בארטן פונעם אטלאנטישן אקעאן; דער בארטן איז צוויי מאל אזוי לאנג ווי דער מערב בארטן אויפן פאציפישן אקעאן. דער אונטערשייד איז צוליב די פילע טיפע איינגאסן וואס געפינען זיך אין דעם צפון טייל פונעם מזרח בארטן, און טאקע דארט געפינען זיך די גרויסע פארטן פון די פאראייניגטע שטאטן (באסטאן, ניו יארק, פילאדעלפיע, און באלטימאר). דער דרום טייל פונעם בארטן איז פלאך און נישט באקוועם פאר שיפן. דער איינציקער גרויסער פארט אין דרום איז דער פארט פון ניו-ארלינס, וואס ליגט אין דער מיסיסיפי דעלטע, וואס ווערט שטענדיק פארשטאפט מיט דער עראזיע פונעם טייך, און פאדערט טייערע און רעגולערע אויפהאלטן טאטן.

אויפן שטח פון די פאראייניגטע שטאטן געפינען זיך בארגקייטן וואס צעטיילן די פארשידענע געאגראפישע ראיאנען. די בארגקייטן וואס ציען זיך פון צפון קיין דרום פאראלעל צו די בארטנס זענען: אפאלאטשיע בערג (Appalachian Mountains) פאראלעל צום מזרח בארטן, און די ראקי בערג (Rocky), די קאסקייד בערג און די סיערע נעוואדא (Sierra Nevada) פאראלעל צום מערב בארטן. אלס רעזולטאט פון די בארגקייטן געפינען זיך זיבן נאטור ראיאנען לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן, אין פאסן וואס גייען פון צפון קיין דרום: (1) אטלאנטישער בארטן; (2) אפאלאטשיע בארגקייטן; (3) דער מיטל מערב; (4) ראקי בערג; (5) דער מערב מדבר־בעקן; (6) סיערע בערג; (7) פאציפישער בארטן.

די נידריגסטע און העכסטע פונקטן אויף דער יבשה פון די פאראייניגטע שטאטן זענען ביידע אינעם שטאט קאליפארניע, נישט מער ווי 130 ק"מ ווייט איינס פון אנאנד. דער העכסטער שפיץ אינעם לאנד, אין אין גאנץ צפון אמעריקע, איז מאקינלי בארג, הויך 6,194 מעטער. טעטיקע וואולקאנען געפינען זיך אין אלאסקע דורכאויז די אלעקסאנדער און אלעאוטישע אינזלען, און האוויי באשטייט פון וואולקאנישע אינזלען.

דער קלימאט אין די פאראייניגטע שטאטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די פאראייניגטע שטאטן איז א חלק פון דעם נייעם אנטדעקטן קאנטינענט אמעריקא, ביידע חלקים דרום און צפון גרעניצן זיך מזרח זייט מיטן אטלאנטישן אקעאן און מערב מיטן שטילן אקעאן. אויך ביים מערב ברעג איז דא ביי ביידע חלקים די הויכע בערג וואס זענען פארדעקט מיט אייביגע שניי ווי די ראקי בערג און די אנדן, אבער זי טיילט זיך אפ מיט איר קלימאט פון דרום אמעריקע. דער קלימאט אין די פאראיינגיטע שטאטן איז אין אלגעמיין מיטלמעסיג און באקוועם, און צפון זייט וואס ביישטייט פון קאנאדע און מעקסיקא הערשט זייער א קאלטער וועטער, דאגעגן איז דרום אמעריקא איז דער וועטער אין אלגעמיין טראפיש, א שווערע היץ און הויכע פייכטקייט נעמט ארום צפון און צענטראלע אמעריקע.

אויך איז דער צענטראל אמעריקע און חלקים פון די פאראייניגטע שטאטן ווי פלארידא, וואס ווענדט זיך צום זיד פאול, אויפן צו שטורמישע ווינטן אין געוויסען סעזאנס פון יאר הוראַגאַנען.

אויך איז א חילוק אינעם ווינטער און זומער, ווען אין די פאראייניקטע שטאטן איז זומער איז אין זיד אמעריקא ווינטער און אזוי פארקערט.

די פאראייניגטע שטאטן איז פון די רייכסטע קאנטינענטן אין נאטורליכע ווינדער, עס געפינן זיך אין אים בערג און טאלן גרין פארדעקט מיט ריזיגע וועלדער, עס זענען דא אין אירע גרינע ביימער וואס בליען און שפראצו לויט די אפשאצונגען איבער צוויי טויזנט יאר. הויכע ציכטיגע ווייסע בערג שפיצן מיט שניי א גאנץ יאר, טרוקענע וויסטענישן וואס באקומען נישט קיין רעגן כמעט א גאנץ יאר, און דאקגען פייכטע נאסע געגענדן מיט שלאקס רעגנס א גאנץ יאר. עס געפינט זיך אין אים די גרעסעט זיסע וואסער זאמלונגען אין דער וועלט, אויך האט זיך נאטורליכע מינעראלן.

צוליב איר ריזיגער פארנעם און די אואייניגקייט פון דעם גרויסן לאנד איז איר קלימאט פארשידנארטיג, אין קאליפארניע און אין דעם פלארדיע האלב אינזעל איז און ווינטער זייער איינגענם, אבער אין דער זומער איז זייער הייס מיט א הויכע מאס פייכקייט, דאגעקן אין די צפון'דיגע חלק פונעם לאנד איז דער זומער הייס אבער צום אויסהאלטן, אבער דער ווינטער איז זייער א קלטער צוליב די פראסטיגע ווינטן וואס קומען אריין פונעם נארד פאלוס.

דעמאגראפיק[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

באפעלקערונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער פאראייניגטע שטאטן צענזוס ביורא שאצט אפ די באפעלקערונג צו 316,291,000, פון זיי זענען 11.2 מיליאן אומלעגעאלע אויסלענדער. דאס איז פיר מאל אזוי פיל די באפעלקערונג איז געווען אין 1900,בערך 76 מיליאן. די פאראייניגטע שטאטן איז דאס דריטע מערסטע באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט, נאך כינע און אינדיע.

82% פון אמעריקאנער וואוינען אין שטאטישע געגנטן. די גרעסטע צענטערן פון באפעלקערונג זענען ארום [[ניו יארק סיט|ניו יארק}] (19,015,900), ארום לאס אנדזשעלעס (19,015,900) און ארום שיקאגא (9,504,753).

שפראך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אמעריקאנישע ענגליש איז די נאציאנאלע שפראך פון די פאראייניגטע שטאטן הלכה למעשה. 80% פון דער באפעלקערונג רעדט נאר ענגליש אין דער היים. די צווייטע שפראך איז שפאניש, וואס 12% רעדן אין דער היים. אויף דער פעדעראלער ניווא איז נישט פאראן קיין אפיציעלע שפראך, אבער אין 28 שטאטן איז ענגליד די אפיציעלע שפראך. אין האוויי זענען ענגליש און האוואיש אפיציעלע שפראכן.

עקאנאמיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וואל סטריט, ניו יארק

די פאראייניגטע שטאטן האבן א קאפיטאליסטישע עקאנאמיע, וואס איז די גרעסטער עקאנאמיע אין דער וועלט. זייער ברוטא אינלענדישער פראדוקט ווערט געשאצט צו 15.1 טריליאן דאלאר אין 2011. די וואלוטע איז דער אמעריקאנער דאלאר, וואס האט דעם סימבאל $.

ארבעטלאזיקײט און אינפלאציע זענען גאנץ נידעריק. אגריקולטור איז שטארק אנטוויקלט, און זיי זענען פון דער וועלטס גרעסטע פראדוצירערס פון קוקורוזע, ווייץ, צוקער און טאבאק.

דאס לאנד האט רייכע מינעראל רעסורסן, כולל גאלד, נאפט, קויל און אוראניום. די הויפט פאבריקאציע אינדוסטריעס זענען אויטאמאבילן, עראפלאנען און עלעקטראניק.

די ערד[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ערד אין די פאראייניגטע שטאטן איז אין מערהייט זייער גוט צום בארבעטן, די בעסטע ערד איז אין דעם צענטראלן חלק וואס באקומט ריזיגע קאוואנטום פון דעם מיסיסיפי טייך, אלס רעזולטאט ווערט די פאראייניגטע שטאטן גערעכנט צו איינע פון ענטוויקילסטער לענדער אין לאנד ווירטשאפן און אויך אין האדעווען שאף און רינדער.

עס שטעלט נישט בלויז צו פאר אייגענע געברויכן, נאר עס פארבלייבט איהר גענוג איבערגי צו עקספארטירן צו אנדערע מדינות.

עס געפינט זיך אין איר ערד פיל נאטורליכע מינעראלן, ווי גאלד, זילבער, נאפט, קוילן, אוראניום, אייזן, קופער, בליי און נאך. אירע געדיכנטע וולדער זענען געבענטש מיט אויסגעצייכנטע סארטן ביימער וואס ווערט פארנוצט צו בויען און מעבל אינדוסטריע.

אינדוסטריעס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עס געפינט זיך אין די פאראייניגטע שטאטן פארצווייגסטע אינדרוסטריעס וואס זענען פון די ענטוויקעלסטע אין דער וועלט. אין די לעצטער הונדערט יאר איז זי פארוואנדלט געווארן אלס איינע פון די רייכסטע אינדוסטריעלע לענדער פון דער וועלט.

איינקומפט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אמעריקאנער מטבע פון א האלבן דאלאר

די מעדיאן יערלעכע הכנסה צו א הויזגעזינד ריכטיק פאר 2005 איז 46,326 דאלאר, אבער מיט וועזנטלעכע אונטערשיידן צווישן די שטאטן. למשל, ווען די יערלעכע הכנסה אין ניו דזשערסי איז געווען $60,246, אין מיסיסיפי איז זי געווען $34,396. די מעדיאן יערלעכע הכנסה פאר א מענטש איז געווען $25,036.

צווישן די ראסן זעט מען אן אפשטאנד אין דער הכנסה פון אפריקאנער אפשטאמיקע און היספאנישע (מערסטנס מעקסיקאנער) אנגעשטעלטע קעגן אייראפעישע און אזיאטישע (מערסטנס פון דעם ווייטן מזרח). די דורכשניטלעכע הכנסה פאר א הויזגעזינד מיט אן אזיאטישן ראש משפחה איז די גרעסטע, $57,518, פאר ווייסע $48,977 און פאר אפריקאנער $30,134.

די הכנסה אפשטאנדן אין די פאראייניגטע שטאטן זענען פון די גרעסטע אין דער אנטוויקלטער וועלט. אין 2006 האט דער העכסטער צענטל פארדינט 16 מאל מער ווי דער נידריקסטער צענטל.

דער מעדיאנער נעטאווערט (median net wealth) אין 2004 איז געווען $93,100 פאר א הויזגעזינד. דאס העכסטע פערטל איז געווען $422,400 פאר א הויזגעזינד (אחוץ דעם עיקר וואוינארט).

וויסנשאפט און טעכנאלאגיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די פאראייניגטע שטאטן איז א פירער אין וויסנשאפטלעכער פארשונג זײַט דעם סוף פונעם 19טן יארהונדערט. אין 1876 האט אלעקסאנדער גרעהעם בעל באקומען דעם ערשטן אמעריקאנישן פאטענט פארן טעלעפאן. טאמעס עדיסאנס לאבאראטאריע האט אנטוויקלט דעם פאנאגראף, דעם ערשטן עלעקטרישן לאמפ, און דעם ערשטן פילם קאמערע. ניקאלא טעסלא האט פיאנירט בייטשטראם און ראדיא. די אויטאמאביל פירמע פון הענרי פארד האט געמאכט פאפולער די מאנטאזש-ליניע. אין 1903 האבן די רייט ברידער געמאכט די ערשטע קאנטראלירטע פלי.

רעגירונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אמעריקע איז די עלטסטע פעדעראציע צווישן היינטיקע לענדער. עס איז א קאנסטיטוציאנעלע רעפובליק און א רעפרעזאנטיווע דעמאקראטיע.

די רעגירונג ביישטייט פון דריי פליגלען: די לעגיסלאטור (קאנגרעס), דער עקזעקוטיוו און די געריכטיקע מאכט.

לעגיסלאטיוו[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די געזעץ געבער וואס איז דער קאנגרעס וועלכע אנטהאלט צוויי הייזער דער סענאט וואס איז דער אויבערשטער הויז, און דער קאנגרעס וואס איז דער אינטישטער הויז. זיי ווערן אויך גערופען די לעגיסלאטארן.

יעדער שטאט שיקט צום סענאט צוויי סענאטארן, וועלכע דינען אין אמט זעקס יאר, דער קאנגרעס ביישטייט פון קרוב צו פיהר הונדערט און פופציג פארשטייער, דאס איז אזוי אויסגעשטעלט אז יעדע פינעף הונדערט טויזנט מאן שיקן איין קאנגרעס מאן אדער קאנגרעס פרוי צום פארלעמענט. די וואלן פאר די קאנגרעס קומט פאר יעדע צוויי יאר, זייער הויפט קווארטיער איז אין דעם קעפיטאל בילדונג וואס געפינט זיך אין וואשינגטאן די. סי.


די עקזעקוטיווע ארעם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

נאך דעם וואס דער געזעץ געבער פירן דורך א געזעץ קומט אריין דער פרעזידענט מיט זיינע פופצן מיניסטארין. זיי זענען די אויספירער וואס ווערן גערופן די עקזעקוטיווע ארעם, זייער תפקיד איז אויסצופירן אלץ וואס דער קאנגרעס האט באשטמיט. זיי פירן אן די טאג טעגליכע ווירטשאפט אין דער פעדעראלער רעגירונג, ס'ווערט אנגערופן ביים המון עם גאווערמענט, דאס עקזעקיוטיווכ פליגל קען נישט איינפירן נייע געזעצן (דאס איז די ארבעט פון דעם ערשטןפליגל די געזעץ געבר) און אויך נישט טוישן וואס דאס איז די ארבעט פון יורידיקציע, דאס עקזעקיוטיווע פליגל איז געמאכט געווארן בלויז אויספירן וואס מען פון פריער באשטימט, די אנפירער איז אלעמאל דער פרעזידענט, דאס איז א ליסטע פון אלע דעפארטמענטן:


1. (State), אויסערן אינטערעסן געגרינדעט 1789, באשיצן ציווילע אין נישט ציווילע פאסיזשירן, דיפלאמאטישע באציאונגען


2. (Treasury), געלט קאסע, געגרינדעט 1789, אלעס ארום געלט ווי שטייערן בענק פאסט באצאלן


3. (Defense), באשיצן, געגרינדעט 1947, זעין אז נאצינאלע און מילטערישע זיכערהייט זאל קלאפן (די פענטאגאן איז אין זייער באזיץ)


4. (Justice), געזעצליך, געגרינדעט 1870, זעין אז אלעס זאל ווערו געטועהן געזעצליך ווי למשל האלטן א אויג אויף אלקאהאל, באוואבען עדים. און טראספארטאציע פאר יוריקדיציע צוועקן ווי למשל פריזענע'ס,


5. (Interior), אינעווייניג-שטחים, געגרינדעט 1849, פובליקע פארקס, וועלדער, אויך צושטעלן וואסער,


6. (Agriculture), איבער עסן, געגרינדעט 1889, געזונטע עסן, הונגער, פארמ'ס נאטורליכע אוצרות


7. (Commerce), האנדעל, געגרינדעט 1903, די עקאנאמי וואוקס, אלטערנאטיווע ארבייט'ס פלעצער, האנדל מיט דער וועלט


8. (Labor), ארבעט, געגרינדעט 1913, (קודם געווען אינאיינעם מיט קאמערץ), העלפן און שיצן דעם ארבעטער


9. (Health and Human Services), געזונטהייט, געגרינדעט 1953, קראנקייטן, קאנטראל מעדיקער, העלפט ארימע,


10. (Housing and Urban Development), הייזער, געגרינדעט 1965, שעלטער'ס, עפארדעבעל הייזער,


11. (Transportation), טראנספארטאציע, געגרינדעט 1966, לופט, באן, הייוועי, טראק, געזעלשאפט, פארבעסערן


12. (Energy), ברענשטאף, געגרינדעט 1977, נוקראלע וואפען אין רעאקטאר, אלעס ארום ברענשטאף,


13. (Education), ערציאונג, געגרינדעט 1979, ארבעט פאר ערציאונג'ס אינטערעסן


14. (Veterans Affairs), וועטעראנען איטערעסן, געגרינדעט 1988, נעמט קעיר פון די וועטעראנען


15. (Homeland Security), היימלאנד זיכערהייט, געגרינדעט 2002, אפהיטען פון נאטורליכע אדער טעראריסטישע געשעענישן

יורידיקציע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

נאך דעם קומט אריין דער געריכט, זייער תפקיד איז זעהן אז די געזעצען וואס מען האט באשטימט זאל ווערן איינגעהאלטן פונקט ווי מען האט עס באשטימט, און ווער עס איז עובר דערויף זאל ווערן באשטראפט.

אמעריקאנער שטאטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אמעריקע באשטייט פון פופציג שטאטן, דאס הייסט כאטש אין פאקט איז זי איין גרויסע מדינה, איז זי אבער צוזאם געשטעלט און פאראייניגוט פון פופציג לענדעט, אכט און פערציג פון זיי געפינט זיך זייט ביי זייט אין צענטער פון נארד אמעריקא, די אנדערע צוויי לענדער זענען אלאסקע און האוויי. וואס קאנאדע און דער פאציפישער אקעאן טיילט זיי אפ פון זייער היימלאנד.

ווי געזאגט איז ביים אנהייב געווען בלויז דרייצען שטעט, מיט דער צייט זענען צוגעשטאנען נאך מדינות, אין הונדערט צוואצניג יאר נאך איהר גרינדונג האט זי געציילט אכט און פערציג לענדער. אין יאר תשי"ט איז צוגעקומען דער שטאט אלאסקע, און א יאר דערנאך דער פופציגסטער שטאט האוויי.

די הערשאפט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די הערשאפט אין די פאראייניגטע שטאטן איז אינטערעסאנט, יעדער איינער פון די פופציג שטאטן האט א אייגענעם גובערנאטאר, אן אייגענע געזעץ הויז, און אייגענע געריכט הייזער, וועלכע פירן אן די אינערליכע אנגעלעגנהייטן פון זייער שטאט, ווי ערציאונג, פארקער. דאגעגן די אויסערליכע פאליטיק און נאציאנאלע זיכערהייט זענען אונטער דער צענטראלער פעדעראלער רעגירונג וואס איר זיץ געפינט זיך אין דער הויפט שטאט, וואשינגטאן די סי.

אין שפיץ פון לאנד שטייט א פרעזידענט וולעכע ווערט ערוויילט אין דעמאקראטישע וואלן איינמאל אין פיר יאר, אין די הענט פונעם פרעזידענט איז קאנצעטרירט די רעגירונגס באפולמעכטיגונג, ער איז דער פאקטישער פירער פונעם לאנד. דאס איז אנדערש ווי רוב דעמאקראטישע מדינות וואס ביישטיין פון א פארלאמענט, און די רעגירונג אויטאריטעט איז אין די הענט פון דעם פרעמיער מיניסטער.


די פופציג שטאטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Us50states.png

50 שטעט

  1. אלאבאמא
  2. אלאסקע
  3. אריזאנע
  4. ארקענסאו
  5. קאליפארניע
  6. קאלאראדא
  7. קאנעקטיקעט
  8. דעלעווער
  9. פלארידע
  10. דזשארדזיע
  11. האוואי
  12. איידעהא
  13. אילינוי
  14. אינדיאנע
  15. אייאווע
  16. קענזעס
  17. קענטאקי

 

  1. לואיזיאנא
  2. מעין
  3. מערילענד
  4. מאסאטשוסעטס
  5. מישיגען
  6. מינעסאטע
  7. מיסיסיפי
  8. מיזורי
  9. מאנטענע
  10. נעבראסקא
  11. נעוואדא
  12. ניו העמפשער
  13. ניו זשערסי
  14. ניו מעקסיקא
  15. ניו־יאָרק (New York)
  16. צפון קאראליינע
  17. נארט-דעקאטע

 

  1. אהאיא
  2. אקלעהאמע
  3. ארעגאן
  4. פענסילוועניע
  5. ראוד איילענד
  6. דרום קאראליינע
  7. סאוט-דעקאטע
  8. טענעסי
  9. טעקסאס
  10. יוטא
  11. ווערמאנט
  12. ווירדזשיניע
  13. וואשינגטאן (Seattle)
  14. וועסט ווירדזשיניע
  15. וויסקאנסין
  16. וויאמינג

באוואוינטע טעריטאריעס

  1. אמעריקאנישער סאמאא
  2. גוואם
  3. נארטערן מעריאנעס אינזלען
  4. פארטא ריקא
  5. u.s. ווירדזשין אינזלען


נישט אריינגערעכענט

אידן אין די פאראייניגטע שטאטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

קריסטאפער קאלאמבוס איז אנגעקומען צו די פאראייניגטע שטאטן אין יאר ה'רנ"ב, דאס הייסט אין דעם יאר וואס מען האט פארטריבן די אידן פון שפאניע, אידן זאגט אז פון הימל האט מען דאן צוגעגרייט א רעטונגס פלאץ פאר די קומענדיגע יארן פאר די אידן.

די ערשטע אידישע אימיגראנטען זענען געקומען קיין אמעריקע פון אייראפע, הויפטזעכליך שפאנישע און פארטוגעזישע אידן וואס זענען אנטלאפן פון די אינקוויזיציע צו די נייע וועלט. יארן שפעטער ווען עס זענען פארגעקומען רדיפות אין דייטשלאנד און אין רוסלאנד קעגן אידן די באקאנטע פראגראמען האט זיך פארשטארקט דעם שטראם פון דארט קומען צו די פאראייניגטע שטאטן.

נאכן צווייטן וועלט קריג זענען פיל געראטעוועט פון די נאצישע אקופירטע לענדער געקועמן צו די פאראייניגטע שטאטן, און האבן איבערגעבויעט און אויפגעלעבט פודאסניי די פארניכטעטע אידישע געמיינדעס פון זייער אלטער היים. מען האט אויפגעשטעלט בליעהנדע אידישע געמיינדעס בתי מדרשים, ישיבות, כוללים, חסידישע הויפן, ליטווישע ישיבות, מיידל שולעס און תלמיד תורה'ס, עס וויבערלט אידישעקייט אויפן העכסטען גראד.

היינט צו טאג געפינט זיך דער גרעסטער אידישע יישוב אין די פאראייניגטע שטאטן, עס איז נישט דא קיין שטאַט וואו עס וואוינען נישט אין איר קיין אידן. אבער דאס רוב פרומע אידן זענען קאנצטעטריעט אין די גרויסע שטעט ווי ניו יארק, ניו דזשערסי, לאס אנדזשעלס, אין אלגעמיין זענען די אידן גלייכבארעכטיגט ווי די איבריגע באפעלקערונג, פיל גרויסע אידישע קהילות עקסזיסטירן אין לאנד. אסאך פון זיי פירן זייערע קינדער און אייניקלעך אויף די אלטע וועגן גענוי ווי אונזערע זיידעס האבן זיך געפירט פאר הונדערטער יארן. אויך זענען די אמעריקאנער אידן באוואסט איבאראל פון זייער מיטלייד און הילף פאר יעדן נויטבאדערפיגן.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. United States. אינטערנאציאנאלער געלדפאנד. דערגרייכט דעם ‏16טן אפריל, 2013.
  2. ציטירן גרײַז: אומגילטיגער <ref> טאַג; קיין טעקסט נישט געשריבן פֿאַר רעפֿערענצן מיטן נאָמען IMF_GDP
  3. World Economic Outlook Database. אינטערנאציאנאלער געלדפאנד (September 2011). דערגרייכט דעם September 11, 2011.
  4. דער אייראפעישער פארבאנד האט טאקע א גרעסערע קאלעקטיווע עקאנאמיע, אבער ער איז נישט אן איינציקע מדינה.
  5. [1]מוסטער:Dead link
  6. U.S. Workers World's Most Productive. CBS News (February 11, 2009). דערגרייכט דעם April 23, 2013.
  7. Manufacturing, Jobs and the U.S. Economy, 2013, http://americanmanufacturing.org/category/issues/jobs-and-economy/manufacturing-jobs-and-us-economy
  8. "Trends in world military expenditure, 2012", SIPRI (April 15, 2013). דערגרייכט דעם April 15, 2013. 
  9. Cohen, Eliot A. (July/August 2004). "History and the Hyperpower", Foreign Affairs (Washington D.C.). דערגרייכט דעם July 14, 2006. 
  10. "Country Profile: United States of America", BBC News (London) (April 22, 2008). דערגרייכט דעם May 18, 2008. 

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע