בעלארוס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רעפובליק פון בעלארוס
Рэспубліка Беларусь
Республика Беларусь‏
פאן בעלארוס
סימבאָל בעלארוס
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד:
אָרט פֿון בעלארוס
קאנטינענט אייראפע
אפיציעלע שפראך בעלארוסיש, רוסיש
הויפטשטאט מינסק
רעגירונג
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער

גרינדונג דאטום
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
קוואדראט ק"מ
[[ליסטע פון לענדער לויט שטח|]]
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט



מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $119.096 ביליאן (59סט)
וואלוטע
צייט זאנע
אינטערנעט דאמען .
טעלעפאן קאד +

בעלארוס (בעלארוסיש: Беларусь; רוסיש: Белору́ссия, Белару́сь; פויליש: Białoruś) (אויך באקאנט אלס ווייסרוסלאנד), איז א לאנד אין מזרח-אייראפע אן קיין שום ים-גרענעץ. זיינע גרענעצן זענען רוסלאנד צו מזרח, ליטע און לעטלאנד צו צפון, פוילן צו מערב און אוקראינע צו דרום. די הויפטשטאט איז מינסק. אנדערע גרויסע שטעט זענען באברויסק, בריסק, האמעל, הראדנא, וויטעבסק און מאהילעוו. א דריטל פונעם לאנד איז באדעקט מיט וועלדער.

די באפעלקערונג פון לאנד איז 9,849,000.

עטימאלאגיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער נאמען בעלארוס איז טייטש "ווייסע רוס", וויבאלד בעלארוס איז איינס פון די לענדער וואס הייסן רוס (ד"ה לאנד פון די רוסינער, אדער מזרח סלאוון). ביי יידן איז דאס לאנד א טייל פון ליטא.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין דעם 13טן יארהונדערט איז דער שטח פון דעם גרויסער הערצאגשאפט פון ליטע, וואס איז שפעטער געווארן א טייל פון דער פויליש-ליטווישער קאמאנוועלט. אין דעם 18טן יארהונדערט איז די קאמאנוועלט צעטיילט געווארן צווישן דער רוסלענדישער אימפעריע, עסטרייך און פרייסן, און בעלארוס איז געקומען אונטער רוסישער הערשאפט, ביזן ערשטן וועלט קריג. נאכן קריג איז בעלארוס ענדלעך אין 1921 צעטיילט צווישן פוילן אונעם סאוועטן פארבאנד.

קולטור[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

צווישן די פראמינענטע בעלארוסישע שרייבער זענען יאנקא קופאלא, אולאדזימיר זילקא און זמיטראק ביאדוליא.

געגנטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

בעלארוס ווערט צעטיילט אין זעקס געגנטן:

  1. בריסקער וואבלאסט
  2. האמלער וואבלאסט
  3. הראדנער וואבלאסט
  4. מאהיליאווער וואבלאסט
  5. מינסקער וואבלאסט
  6. וויטעבסקער וואבלאסט