מאלדאווע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
מאלדאווער רעפובליק
פאן מאלדאווע
סימבאָל מאלדאווע
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד: אונזער שפראך
אָרט פֿון מאלדאווע
קאנטינענט אייראפע
אפיציעלע שפראך רומעניש
הויפטשטאט קעשענעוו
רעגירונג פארלאמענטארע רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
ניקאליי טימאווטי
וולאדימיר פֿילאט
גרינדונג דאטום
27סטן אויגוסט 1991
(פון סאוועטן פארבאנד)
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
33,846 קוואדראט ק"מ
136סט
1.4
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

4,128,047
121שט
121.9 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $10.746 ביליאן (138סט)
וואלוטע מאלדאוואנער לעו
צייט זאנע מזרח אייראפע זייגער
אינטערנעט דאמען md.
טעלעפאן קאד 373+

מאָלדאװע (Republica Moldova, רוסיש: Република Молдова) איז אַ לאנד-איינגעשלאסן לאַנד אין דרום-מזרח אייראפּע, צווישן רומעניע צו מערב און אוקראינע צו צפון, מזרח און דרום. איר הױפּטשטאָט איז קעשענעוו.

ווערנט דער מיטל אלטער, רוב פון דער היינטיגער טעריטאריע פון מאלדאווע איז געווען א טייל פון דער פרינציפאליטעט פון מאלדאוויע. אין 1812, האט די רוסלענדישע אימפעריע אנעקסירט דעם מזרח טייל פון דער פרינציפאליטעט און געגעבן א נאמען בעסאראביע. צווישן 1856 אין 1878, האט מען צוריקגעגעבן דעם דרום טייל צו מאלדאוויע. אין 1859 איז זי געווארן פאראייניגט מיט וואלאכיע צו פארמירן די מאדערנע רומעניע.

מאלדאווע איז געווארן א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער אין מערץ 1992.

געאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

מאלדאווע ליגט כמעט אינגאנצן צווישן צוויי טייכן, דער נעסטער און דער פרוט.

די הויפט שטעט אין מאלדאווע זענען קעשענעוו, טיראספאל און באלטי.

דעמאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

לויטן צענזוס פון 2004, זענען 75.8% פון די באפעלקערונג מאלדאוואנער (2,564,849) און 8.3% (282,406) אוקראינישע. יידן זענען געווען 3608. דער צענזוס האט נישט איינגעשפארט די טעריטאריע פון טראנסניסטריע.