נאפאלעאן באנאפארטע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
נאפאלעאן

נאפאלעאן באנאפארטע (15טן אויגוסט 17695טן מיי 1821) באקאנט אויך אלס דער ערשטער נאפאלעאן איז געווען א גענעראל אין דער פראנצויזישער רעוואלוציע און שפעטער דער צאר און געוועלטיגער פון פראנקרייך פון ה'תקנ"ט (1799) ביז ה'תקע"ה (1815). ביי זיינע שפיציגע יארן האט ער געפירט פראנקרייך צו א מלחמה און זיי האבן באזיגט רוב מערב און מיטל אייראפע.


פריערדיגע יארן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

נאפאלעאן איז געבוירן אין קארסיקע 15 אויגוסט 1769, איין יאר נאכדעם וואס פראנקרייך האט אנגעהויבן צו הערשן דארט.

זיין אנהייב קאריערע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

נאפאלעאן איז געוואקסן אלס פירער פון פראנקרייך ביי די וועלטליכע איבערקערעניש וואס איז באקאנט מיטן נאמען "די פראנצויזישע רעוואלאציע". געווען איז דאס ווען מען האט ארונטערגעזעצט דעם קעניג לואי דעם זעכצנטען מיט זיין ווייב די קעניגן מארי אנטואנעט, מען האט זיי געכאפט ווען זיי זענען אנטלאפן פון לאנד און זיי זענען דערמארדעט געווארן דורך די מאסן.

אין יענע טעג האט זיך ארויסגעשטעלט דער יונגער אפיצער נאפאלעאן, נאך די רעוואלוציע איז ער גאר שטארק געשטיגן אין די מיליטער ראנגען, און זייענדיג אלט דריי און דרייסיג יאר איז ער אין יאהר ה'תקס"ד געקרוינט געווארן אלס קייסער אויף גאנץ פראנקרייך.

ביי די היסטאריקער ווערט נאפאליאן באטראכט ווי "דער טאטע פון די מאדערנע צייט". זיין אנדעק איז געבליבן אלס איינער וואס האט אפגעשאפן געזעלשאפטליכע דיפרענצען און האט געשאנקען גלייכבארעכטיגונג און דעמאקראטיע פאר אלע בירגער צוגלייך.

אין זיינע צייטן איז פראנקרייך פארוואנדלט געווארן אלס א ריזיגער אימפעריע. עס איז געווען א תקופה אין זיינער צייט וואס כמעט גאנץ אייראפע איז איינגענומען געווארן דורך די פראנצויזישע ארמיי. ווי ער און זיין מיליטער האבן געשטעלט א פוס האבן זיי אריינגעברענגט פרייהייט און מאדערנקייט. אזוי האבן זיי אויסגעשפרייט פרייהייט לענגאויס גאנץ אייראפע.

די מלחמה מיט רוסלאנד[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס האט אנגעהאלטן ביז ער איינגענומען רוסלאנד, און דאן האט ער זיך געמוזט פארמעסטן מיט גענעראל ווינטער, און דארט איז געווען זיין דורכפאל.

געווען איז דאס ווען ער האט איינגעומען כמעט גאנץ רוסלאנד, ער האט געהערשט אין רוסלאנד מיט אן ארמיי פון זעקס הונדערט טויזענט מאן, און איז אנגעקומען צו די טויערן פון מאסקעווע. די רוסן האבן זיך דערטראכט צו א חכמה, זיי האבן אונטערגעצונדען די גאנצע שטאט מיט אלע זאכן דערין, מיט אלע שפייז, פלוצלונג זענען די פראנצויזן געבליבן אן א דאך איבערן קאפ, זיי האבן נישט געהאט צו עסן, נישט קיין קליידונג, ווייט אוועק פון זייער היימלאנד, און דאס האט זיי געצוואונגען צו פארלאזן די שטאט, עס האט געבוזשוועט א קעלט, ער האט זיך געפלאגט אין די רויסישע קעלט גענעראל ווינטער האט נישט נאכגעלאזט די פראנזצויזן זענען געפאלן ווי פליגן, נאפאלעאן איז צוריק אנגעקומען קיין פראנקרייך מיט בלויז פערציג טויזנט סאלדאטן,

מען האט אים דאן ארונטער געזעצעט און אים פאר'משפט, און מען אים געשיקט אוועק צום סאנט העלענע אינזל וואו ער האט דארט אויסגעלעבט זיינע יארן, און געשריבן ביכער.

קעגן בריטאניע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין 1803 האט בריטאניע פראקלאמירט נאכאמאל מלחמה קעגן דער הערשאפט פון נאפאלעאן. דעם 21סטן אקטאבער 1805 איז נאפאלעאנס פלאט געזיגט געווארן צוזאמען מיטן שפאנישן פלאט דורכן בריטישן ים־פלאט ביים קאמף פון טראפאלגאר. נאך דעם דורכפאל איז בריטאניע געווארן דער גרעסטער ים־מאכט אויף א תקופה וואס האט געצויגן ביז דער ערשטער וועלט מלחמה.


זיינע באציאונגען מיט אידן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עס איז אינטעראסאנט ווייל עס זענען דא וואס זאגן אז ער איז געווען א אידן פריינט, פון דער אנדערער זייט איז דא וואס זאגן אז ער האט זייער פיינט געהאט אידן. דאס איז זיכער אבער אז צוליב איהם האט אנגעהויבן צו בוזשעווען פרייע ווינטן אין אייראפע, און פראנז יאזעף מיט אנדערע קעניגן און מלוכה פירער, האבן נישט געהאט קיין ברירה אין געמוזט נאכגעבן פרייהייט פאר אידן. אפילו אין רוסלאנד זעלבסט, וואו דער צאר האט געוועלטיגט מיט א אייזערנע פויסט, און נאפאלעאן האט געמוזט פון דארט אוועקלויפן, זענען אבער זיינע פינגער אפדרוקן געבליבן, און אין איהר תרט"ז האט מען געמוזט געבן א געוויסן סארט פרייהיט פאר אידן.

ביי זיך אין פראנקרייך האט נאפאלעאן אויפגעשטעלט א סנהדרין, ער האט געוואלט זיי זאלן דן זיין דיני נפשות. דאס איז געווען צוליב דעם ווייל ער האט פארשטאנען אז אידן זענען זייער צוטיילט אין זייערע מיינונגען, און האט געוואלט האבן איין קערפערשאפט וואס זאל רעדן אין נאמען פון אלע אידן, דער ראש פון דער סנהדרין האט ער געשטעלט הר"ר דוד אפנהיים, דעם בעל מחבר פון ספר יד דוד, א גרויסער גאון, אבער דער גאון האט נישט מסכים געווען צו זיין דער ראש, ער איז געווארן ראש קעגן זיין מיינונג נאר וויבאלד דער מלוכה האט איהם געצוואונגען. פון דעם איז געבליבן דער קאנסיסטואר אלס אלגעמיינע אידישע קהילה אין פראנקרייך.

אסאך חסידישע רביים זענען זייער שארף געווען קעגן נאפאלעאן וויבאלד ער האט געברעגנט פרייהייט פאר אידן, צווישן זיי איז באקאנט דער בעל התניא ר' שניאור זלמן פון ליאדי, רבי נחמן מברסלב און דער קאזשנישער מגיד.

ס'איז באקאנט אז דער תניא האט געזאגט ביים ליינען אנשטאט "נפול תפול" נאפאלעאן תפול, און דעמאלט האט זיך אנגעהויבן זיין מפלה.

אויך איז באקאנט ביי חסידים די נאפאלעאן מארש וואס דער בעל התניא פלעגט זינגען כדי אים צו מכניע זיין.

זיין רייזע צו ארץ ישראל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]