לעצטיגע עד'ס, און ארום און ארום

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אהבת קדומים
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2016 1:51 am

תגובהדורך אהבת קדומים » דינסטאג פאברואר 21, 2017 12:10 am

עס איז בלי ספק א געפערליכע עוולה דאס צו טון.

אין מיינע אויגען עטליעסט האט ער געטון א יודזש מיסטעיק ווייל איך למשל גיי מאכן מיין ערב פסח מלבושים ארדער ביי עניבאדי עלס,נישט ביי דעם סטאר וואס האט געטון די חישקייט. מיר זענען אידן, און דער שריט איז א פאלנע גויאישע מהלך. טאטעלי אפגעפרעגט.

אוועטאר
מים שלנו
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » דינסטאג פאברואר 21, 2017 12:17 am

לאוו עכברי גנב אלא....
כמיין אז אויב מקימט צו אן אנשטענדיגען גרעפיקאר צו טיען אזאנס וועט ער דאס נישט טאן

כמייו נאר ארויסצוברענגען אז דו שילד איז א שותפות פינעם באשטעלער מיטן ארויסברענגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלף
תגובות: 1650
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג פאברואר 21, 2017 12:51 am

רבותי, כדאי צו געדענקן מיר זענען דא דן היימישע יידן אן א בית דין און אן עדים. ווען מיר וואלטן גערעדט ווען אן נעמען, נאר דער וואס ווייסט ווייסט - מילא. אבער אצינד איז דאס גאר נאנט צו איסורים חמורים פון לה"ר און פון שאדן מאכן פאר אנדערע יידן פרנסה. כדאי אפצושטעלן דעם שמועס, און אולי זאל א מנהל מחליט זיין צו מ'זאל פארמעקן עטליכע תגובות
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

פרידן
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג פאברואר 21, 2017 1:47 am

יידישע קהילות האט געשריבן:רבותי, כדאי צו געדענקן מיר זענען דא דן היימישע יידן אן א בית דין און אן עדים. ווען מיר וואלטן גערעדט ווען אן נעמען, נאר דער וואס ווייסט ווייסט - מילא. אבער אצינד איז דאס גאר נאנט צו איסורים חמורים פון לה"ר און פון שאדן מאכן פאר אנדערע יידן פרנסה. כדאי אפצושטעלן דעם שמועס, און אולי זאל א מנהל מחליט זיין צו מ'זאל פארמעקן עטליכע תגובות

אזאך וואס איינער האט געטון אין טוט פאבליק ער שעמט זיך נישט דערמיט, קומט נישט אריין לשון הרע -בית דין - עדים, קיינער איז נישט געקומען פארציילען עפעס א מעשה וואס ער האט מיטגעהאלטן, עס איז אלעס פאבליק נאליטש עפען סיי וועלכע וויליאמסבורג צייטונג אין קענסט מיטהאלטן לייוו די לשון הרע אין קענסט אליינס זיין סיי בי"ד אין סיי עדות
אונטערהאקן פרנסה דאס איז דאך דא די נושא

זייטיגע זאך לו יצוייר אז קעגן די סטאר אליין זאל ער זיין גערעכט, איז קלאר א עוולה פונעם גראפיקער עס צוטון צו א צוויטער גראפיקער, וואס טוט זיך בויען זיין גראפיקס ביזנעס מיט גוטע איידיעס, אין ער קומט אין מאכט אים צונאר פאר ווער עס כאפט די שטיקל, אין גנב'עט די קרעדיט פאר ווער עס כאפט נישט,
שעם שעם בעבי

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג פאברואר 21, 2017 3:20 am

פרידן האט געשריבן:זייטיגע זאך לו יצוייר אז קעגן די סטאר אליין זאל ער זיין גערעכט, איז קלאר א עוולה פונעם גראפיקער עס צוטון צו א צוויטער גראפיקער, וואס טוט זיך בויען זיין גראפיקס ביזנעס מיט גוטע איידיעס, אין ער קומט אין מאכט אים צונאר פאר ווער עס כאפט די שטיקל, אין גנב'עט די קרעדיט פאר ווער עס כאפט נישט,
שעם שעם בעבי

פונקט פארקערט אויב איז עס גניבה (איך רעד שוין נישט פון די רשעות און שלעכטסקייט חלק) און עס איז קלאר קעגען די סטאר יענער געט אויס א סאך געלט פאר מארקעטינג קומט א צווייטע און נישט נאר ער מאכט אים שאדען די אלע מארקעטינג געלט נאר ער גנבעט עס פאר זיך
If you think it’s expensive to hire a professional, wait until you hire an amateur

אוועטאר
טריסקער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג פאברואר 21, 2017 5:32 am

א גרויס ווייטאג ווי נידריג א מענטש קען זיך דערקייקלען, און ווער ס'זעהט נישט דעם עקלהאפטיגקייט און רשעות דערפון איז מן הסתם פון יענעם צד.

נ.ב. טראמפ קומט נישט אריין אינעם שמועס, און זיכער נישט פאר מ'ווייסט בכלל פון וואס מ'רעדט און ווען יעדע עקלהאפטיגע גויאישע שפיצל ווערט פארוואנדעלט אין א 'פאכמאנישע' מארקעטינג איידיע, פוי!
הכו"ח למען יפיצו מעיינותיי חוצה
הק' טריסקער

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1519
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג פאברואר 21, 2017 6:12 am

אויב רעדט זיך דער עד קאמפיין טאקע פין "Glauber's" קלאדינג וועמען די עקזיסטירענדע קלאטיער'ס ווילן ארויסזען פין ביזנעס, קען איך נאר צולייגן, אז כאטש ס'איז זייער נישט עטיש, וועט עס אבער פאר ווער ס'האט מיטגעהאלטן וואס G&G האט געטון מיט'ן צונעמען דעם נאמען, און דערנאך רופן אין קאורט, קיין סאך עקלדי'גער נישט ווערן.

וואס איך פארשטיי נאר נישט איז, פ"וו זאל מידיע אן דע גאו אנטייל נעמען (מיט זיין אפיציעלע נאמען) אין אזא נידעריגע שריט... אנלעסס, ווי אנדערע האבן דערמאנט, אז דאס איז היינט שוין ליידער גאנגבאר אין די ליין, און ס'קען אים אפשר גאר ברענגן ביזנעס.

#דערקייקלט
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...


צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google Adsense [Bot] און 4 געסט