אינדיע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רעפובליק פון אינדיע
Republic of India
भारत गणराज्य
בהאַראַט גאַנראַדזשיאַ
פאן אינדיע
סימבאָל אינדיע
פֿאָן הערב
נאציאנאלע זינגליד: וואַנדע מאַטאַראַם
איך בוק צו דיר, מוטער
אָרט פֿון אינדיע
קאנטינענט אזיע
אפיציעלע שפראך הינדוסטאני, ענגליש
הויפטשטאט ניי דעלי
רעגירונג פעדעראלע פארלאמענטארישע רעפובליק
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער
פראנאב מוקערדזשי
נארענדרא מאדי
גרינדונג דאטום
15טן אויגוסט 1947
(פונעם פאראייניגטן קעניגרייך)
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
3,287,263 קוואדראט ק"מ

9.56
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

1,210,193,422 (2011 צענזוס)

369.8 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע $4.457 טריליאן ()
וואלוטע רופי
צייט זאנע 5.30 + UTC
אינטערנעט דאמען in.
טעלעפאן קאד 91+

אינדיִע, אפיציעל די רעפובליק פון אינדיע (ענגליש: Republic of India; הינדוסטאני: भारत गणराज्य בהאַראַט גאַנראַדזשיאַ), איז אַ לאַנד אין דרומדיקער אַזיע. איר הױפּטשטאָט איז ניו דעלי. אין איר הונדערטער שפּראכן זיינען גערעדט. זי איז דאס זיבעטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט לויט שטח, און זי האט די צווייטע גרעסטע באפעלקערונג. זי איז די גרעסטע דעמאקראטיע אין דער וועלט.

אינדיע גרענעצט פאקיסטאן צו מערב, כינע, נעפאל און בהוטאן צו צפון־מזרח, מיאנמאר און באנגלאדעש צו מזרח, און דער בוכטע פון בענגאל צו דרום־מזרח, דעם אינדישן אקעאן צו דרום און דעם אראבישן ים צו דרום־מערב.

פיר וועלט רעליגיעס—הינדואיזם, בודהיזם, דזשייניזם און סיקהיזם—שטאמען פון דאנעט; יידישקייט, זאראאסטריזם, קריסטנטום און איסלאם זענען אהער געקומען אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר. אינדיע איז געווארן זעלבשטענדיק פון דעם פאראייניגטע קעניגרייך אום 1947, דאן האט די קאמיסיע פארמירט אויך דאס לאנד פאקיסטאן פאר די מוסולמענער. 80 פראצענט אינדישע איינוואוינער זענען פון די הינדואישער רעליגיע.

איר אפיציעלע שפראך איז ענגליש, ווייל עס ווערן גערעדט ארום פיר הונדערט שפראכן אין אינדיע, האט מען אדאפטירט ענגליש, אלס די אפציעלע שפראך, וואס ווערט גערעדט אין פארלאמענט, היינט רעדן עס רוב מענטשן ווי א צווייטע אקצענט.

דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון אינדיע איז געווען דזשאווארהארלאל נעהרו, פון 1947 ביז 1964.

די אינדישע עקאנאמיע איז די דריטע גרעסטע אין דער וועלט.

אינדיע איז א פעדעראלע קאנסטיטוציאנעלע רעפובליק, רעגירט דורך א פארלאמענטארער סיסטעם, מיט 29 שטאטן און 7 פארבאנד טעריטאריעס.

אינדיע איז א גרינדער מיטגליד פון דער וועלט האנדל ארגאניזאציע, און האט אונטערגעשריבן דעם קיאטא פראטאקאל.

עטימאלאגיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער נאמען אינדיע איז גענומען פון אינדוס, וואס שטאמט פונעם אלטן פערסישן ווארט הינדוש, א ווארט וואס נעמט זיך פונעם סאנסקריט ווארט סינדהו.

נאציאנאלע סימבאלן פון אינדיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער נאציאנאלער בעל־חי פון אינדיע איז דער בענגאלישער טיגער. דער נאציאנאלער פויגל איז דער פאווע pavo muticus.

געאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אינדיע איז דאס זיבעטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט; זי באדעקט דעם גרעסטן טייל פונעם אינדישן אונטער־קאנטינענט. די לענדער וואס גרענעצן אינדיע זענען פאקיסטאן, באנגלאדעש, מיאנמאר, כינע, בהוטאן און נעפאל, און אויך דאס אינזל־לאנד שרי לאַנקאַ.

אינדיע איז א האלבאינזל, ארומגענוען מיט ימען אין מזרח (די בוכטע פון בענגאל), דרום (דער אינדישער אקעאן) און מערב (דער אראבישער ים). אין צפון זייט פון אינדיע געפינען זי די הימאלייע (וואס האט די העכסטע בערג אין דער וועלט) און אנדערע בארגקייטן.

צוויי גרויסע טייכן פליסן פון דער הימאלייע אדורך אינדיע, דער גאנגעס און דער בראהמאפוטרא, און ביידע רינען אפ אין דער בוכטע פון בענגאל.

אינדיע האט 7,517 ק"מ פון בארטן; 5,423 ק"מ געהערן צום אינדישן האלבאינזל און די אנדערע 2,094 ק"מ געהערן צו די אנדאמאן, ניקאבאר און לאקשאדוויפ אינזל־קייטן.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

צוויי אוראלטע שפראכן, סאנסקריט און טאמיל, שטאמען פון אינדיע.

שטח פון דער מאוריער אימפעריע. אין העל בלוי ווערט געוויזן די אימפעריע, אין טונקל בלוי די געגנטן וואס האבן געשאפן מיט איר א בונד

אין יאר 321 פאר דער ציווילער רעכענונג האט דער ערשטער מאוריער קייסער, טשאנדראגופטא געגרינדעט די מאוריער דינאסטיע מיטן הילף פון טשאנאקיע. דער מערסטער טייל פונעם אונטער־קאנטינענט איז געווארן פאראייניקט צום ערשטן מאל אונטער איין הערשאפט. די אימפעריע האט זיך פארברייטערט נאך ווען די גריכן און פערסן האבן צוריקגעצויגן פונעם ראיאן.

טשאנדראגופטאס זון, בינדוסארא, האט ווייטער פארברייטערט די אימפעריע כמעט צו גאנץ היינטיקער אינדיע.

אין 300 פאר דער ציווילער רעכענונג האט דער מאורישער קייסער אשאקא אויפגעשטעלט אן אימפעריע וואס האט געהערשט איבער כמעט דעם גאנצן שטח פון היינטיקער אינדיע, און האט פארשפרייט בודהיזם איבער דער אימפעריע.

פון 1526 האט די מוגהאל אימפעריע געהערשט איבער אינדיע. אין די 1600ער יארן האבן אייראפעישע לענדער אנגעהויבן אינוואדירן אינדיע. אין 1856 האט די בריטישע אימפעריע געהערשט איבער דעם גרעסטן טייל פון אינדיע.

דעמאגראפיק[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

מאפע פון אינדיע. הויך־באפעלקערונג געדעכטקייט געגנטן (above 1000 persons per square kilometre) centre on Kolkata along with other parts of the Ganges River Basin, Mumbai, Bangalore, the south-west coast, and the Lakshadweep Islands. Low density areas (below 100) include the western desert, eastern Kashmir, and the eastern frontier.
א באפעלקערונג געדכטקייט און אינדישע באנען פארבינדונגקייט מאפע. דער גאנץ געדעכט באוואוינטער אינדא-גאנגעס פלוין פירט די געוואוקס אין אינדיעס באפעלקערונג.

אינדיע איז דאס צווייטע מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט, מיט א באפעלקערונג 1,210,193,422 באוואוינער, לויטן באריכט פונעם 2011 פראוויזארישן צענזוס,[1]. איר באפעלקערונג איז געוואקסן מיט 1.76% א יאר אין די יארן 2001–2011,[1] אראפ פון 2.13% א יאר אינעם פריערדיקן יארצענדלינג (1991–2001).[2] דאס מענטשן מין־פארהעלטעניש, לויטן 2011 צענזוס, איז 940 נקיבות צו א 1,000 זכרים.[1] די מעדיאן עלטער איז געווען 24.9 אינעם 2001 צענזוס.[3] דער ערשטער צענזוס אין דער נאך־קאלאנישער תקופה, געפירט אין 1951, האט געציילט 361.1 מיליאן מענטשן.[4] מעדיצינישע אנטווירלונגען פון די לעצטע 50 יאר ווי אויך פארגרעסערטע לאנדווירטשאפט פראדוקטיוויטעט צוגעברענגט דורך דער "גרינער רעוואלוציע" האבן גורם געווען א גיכע וואוקס אין אינדיעס באפעלקערונג.[5] דאך האט אינדיע עטלעכע פאלקסגעזונט ארויסרופן.[6][7] לויט דער וועלט רפואה ארגאניזאציע, שטארבן 900,000 אינדיער יעדע יאר פון טרינקען קאנטאמירט וואסער אדער אטעמען פארפעסטיקטע לופט.[8] עס זענען 50 דאקטוירים פאר יעדע 100,000 אינדיער.[9] די צאל אינדיער וואס וואוינען אין שטאָט־שטחים איז געוואקסן 31.2% פון 1991 ביז 2001.[10] Yet, in 2001, העכער פון 70% האבן געוואוינט אין דארפישע געגנטן.[11][12] לויטן 2001 צענזוס, זענען פאראן מער ווי 27 א מיליאן שטעט אין אינדיע;[10] צווישן זיי דעלהי, מומביי, קאלקאטא, טשעניי, באנגאלארע, היידעראבאד און אכמעדאבאד are the מערסט באפעלקערטע מעטראפאליטאנע געגנטן. די אלפאבעטיזירונג ראטע אין 2011 איז געווען 74.04%: 65.46% פון נקיבות און 82.14% פון זכרים.[1] קעראלא איז דער מערסט אלפאבעטיזרטער שטאַט;[13] ביהאר דער ווינציקסטער.[14]


אינדיע איז די היים פון צוויי הויפט שפראך־פאמיליעס: אינדא־אריש: (גערעדט דורך 74% פון דער באפעלקערונג) און דראווידיש (24%). אנדערע שפראכן וואס מ'רעדט אין אינדיע קומען פון די אויסטרא-אזיאטישע און טיבעטא־בורמישע שפראך־פאמיליעס. אינדיע האט נישט קיין נאציאנאלע שפראך.

פאליטיק[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אינדיע איז די מערסטע באפעלקערטע דעמאקראטיע אין דער וועלט. אינדיע איז א פארלאמענטארע רעפובליק מיט זעקס נאציאנאלע פארטייען, כולל די אינדיאנישע נאציאנאלע קאנגרעס און די בהאראטיא דזשאנאטא פארטיי (BJP), און מער ווי 40 ראיאנישע פארטייען.

ביי די ערשטע דריי נאציאנאלע וואלן פון אומאפהענגיקער אינדיע, אין 1951, 1957, און 1962, האט די קאנגרעס פארטיי פון דזשאווארהארלאל נעהרו געווינען גאנץ גרינג. ווען נעהרו איז געשטארבן אין 1964, איז לאל באהאדור שאסטרי געווארן פרעמיער מיניסטער אויף א קורצע צייט, אבער ער איז געשטארבן פלוצלינג אין 1966. נאך אים איז אינדירא גאנדהי געווארן פרעמיער מיניסטער; אונטער איר האט קאנגרעס געזיגט אין די וואלן פון 1967 און 1971.

רעגירונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אינדיע איז די גרעסטע דעמאקראטיע אין דער וועלט. די רעגירונג ווערט צעטייל אויף דריי צווייגן: לעגיסלאטיוו (פארלאמענט, וואס מאכט געזעצן), עקסעקוטיוו (די מיניסטארן) און די געריכטיקע מאכט. די פארלאמענט זיצט אין דער הויפטשטאט פון אינדיע, ניי דעלי. דער פארלאמענט האט צוויי הייזער: ראדזשיא סאבהא (דאס העכערע הויז) האט 250 מיטגלידער און לאק סאבהא (דאס נידעריקע הויז) האט 545 מיטגלידער.

אינדיע האט 29 שטאטן:

  1. אוטאר פראדעש
  2. אוטאראקהאנד
  3. אנדרא פראדעש
  4. אסאם
  5. ארונאטשאל פראדעש
  6. אריסא
  7. ביהאר
  8. גאא
  9. גודזשאראט
  10. דזשאמו און קאשמיר
  11. דזשארקהאנד
  12. האריאנא
  13. הימאטשאל פראדעש
  14. טאמיל נאדו
  15. טעלאנגאנע
  16. טריפורא
  17. טשאטיסגארה
  18. מאדהיא פראדעש
  19. מאהאראשטרא
  20. מאניפור
  21. מיזאראם
  22. מעגהאלאיא
  23. מערב בענגאל
  24. נאגאלאנד
  25. סיקים
  26. פונדזשאב
  27. קארנאטאקא
  28. קעראלא
  29. ראדזשאטהאן

עקאנאמיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די עקאנאמיע פון אינדיע וואקס גאר גיך, פון די גיכסטע אין דער וועלט. אינדיע'ס עקאנאמיע איז די דריטע גרעסטע אין דער וועלט מיט א ברוטא אינלענדישער פראדוקט פון $4798 ביליאן, מיט א וואוקס ראטע פון 8.25% (אין 2010). דער דינסט סעקטאר ווערט פאררעכנט 43% פון דער עקאנאמיע און דער אינדוסטריעלער סעקטאר 41%.

די הויפט אינדוסטריעס זענען אויטאמאבילן, אפטייקווארג, טעקסטיל, טראנספארט געצייג, כעמיקאלן, מאשינעריע, מינעריי, נאפט, עלעקטראניק, עסן פראצעסירונג, צעמענט און שטאל.

טראץ דער גרויסער וואוקסט אין דער עקאנאמיע, ליידט 27.5% פון דער באפעלקערונג פון ארעמקייט.

זייט דעם 1טן יאנואר 1995 איז אינדיע א מיטגליד אין דער וועלט האנדל ארגאניזאציע.

קולטור[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ערשטע ליטערארישע שרייבונגען, אנהייבנדיק פון 1400 פאר דער ציווילער רעכענונג, זענען געשריבן געווארן אין דער סאנסקריט שפראך. פראמינענטע ווערק פון סאנסקריט ליטעראטור שפארן איין עפאסן ווי מאהאבהאראטא און ראמאיאנא, און די דראמעס פון קאלידאסא.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן