שכונה חדשה ויואל משה - קרית יואל יצ"ו

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אלט מאנרא
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: אינטערן בעט

תגובהדורך אלט מאנרא » פרייטאג מאי 26, 2017 9:46 am

גאר א שטארקע אינדארסמענט איז געקומען די וואך פאר דעם נייעם שכונה.

כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א האט אויפגעטרעט די וואך ביי א 'גענעראל פארזאמלונג' פאררופן דורך די קהילה אין קרית יואל, וואס צווישן אנדערע וויכטיגע הדרכות פאר די חברי הקהלה האט ער משבח געווען אז עס וועלן ווערן געבויעט פרישע נייע אכצן הונדערט דירות וואס דאס וועט צוהילף זיין פאר די אידן וואס מוטשענען זיך פון די שטאט און דאהי.

דא האט איר א קאפיע פונעם באריכט אינעם 'וואכנשריפט'.
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (315.04 KiB) געזעהן 306 מאל
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

שטראמער
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 4:27 pm

תגובהדורך שטראמער » פרייטאג מאי 26, 2017 11:08 am

אלט מאנרא האט געשריבן:גאר א שטארקע אינדארסמענט איז געקומען די וואך פאר דעם נייעם שכונה.

כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א האט אויפגעטרעט די וואך ביי א 'גענעראל פארזאמלונג' פאררופן דורך די קהילה אין קרית יואל, וואס צווישן אנדערע וויכטיגע הדרכות פאר די חברי הקהלה האט ער משבח געווען אז עס וועלן ווערן געבויעט פרישע נייע אכצן הונדערט דירות וואס דאס וועט צוהילף זיין פאר די אידן וואס מוטשענען זיך פון די שטאט און דאהי.

דא האט איר א קאפיע פונעם באריכט אינעם 'וואכנשריפט'.

איך זעה ער באשטעטיגט אויך די פאקט אז חסידי מהרז״ל וועלן אויך האבן א ביהמ״ד דארט
דאס איז א מוראדיגע זאך וואס איז נאך נישט געווען ביז יעצט

טי בעג
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:38 am

תגובהדורך טי בעג » פרייטאג מאי 26, 2017 11:38 am

שטראמער האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:גאר א שטארקע אינדארסמענט איז געקומען די וואך פאר דעם נייעם שכונה.

כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א האט אויפגעטרעט די וואך ביי א 'גענעראל פארזאמלונג' פאררופן דורך די קהילה אין קרית יואל, וואס צווישן אנדערע וויכטיגע הדרכות פאר די חברי הקהלה האט ער משבח געווען אז עס וועלן ווערן געבויעט פרישע נייע אכצן הונדערט דירות וואס דאס וועט צוהילף זיין פאר די אידן וואס מוטשענען זיך פון די שטאט און דאהי.

דא האט איר א קאפיע פונעם באריכט אינעם 'וואכנשריפט'.

איך זעה ער באשטעטיגט אויך די פאקט אז חסידי מהרז״ל וועלן אויך האבן א ביהמ״ד דארט
דאס איז א מוראדיגע זאך וואס איז נאך נישט געווען ביז יעצט

פאקט?
באשטעטיגט?
פון וועמ?

רויט
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » פרייטאג מאי 26, 2017 11:43 am

טי בעג האט געשריבן:

א בפירוש'ע וואכנשריפט

שטראמער
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 4:27 pm

תגובהדורך שטראמער » פרייטאג מאי 26, 2017 11:46 am

רויט האט געשריבן:

@רויט אחר זענט געווען אדער עכ״פ געהערט די דרשה?

*איר

תגובהדורך שטראמער » פרייטאג מאי 26, 2017 11:49 am

עס שטייט אין דער איד אויך. וואס באלאנגט פאר די באהערדע

איך מיין עס אמתדיג
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 4:42 pm

תגובהדורך איך מיין עס אמתדיג » פרייטאג מאי 26, 2017 11:51 am

פארוואס שיקט מען דעם איין טאג בלומענבערג איין טאג לעקוואד אין יעצט קרית יואל.
וואלט נישט געווען בעסער ווען משיקט יעדן איינעם אויף איין פלאץ אזוי זאל זיין גרינגער אז די פלאץ זאל זיך אויארבעטן?

אידיש.טייפינג
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » פרייטאג מאי 26, 2017 11:54 am

די שאלה איז שוין נישט "אויב" זיי גייען האבן דארט א ביהמ"ד?
נאר "וואו" אין די שכונה וועט זיין דאס ביהמ"ד!

שטראמער
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 4:27 pm

תגובהדורך שטראמער » פרייטאג מאי 26, 2017 12:01 pm

אידיש.טייפינג האט געשריבן:די שאלה איז שוין נישט "אויב" זיי גייען האבן דארט א ביהמ"ד?
נאר "וואו" אין די שכונה וועט זיין דאס ביהמ"ד!

אויף די סייט פלען קען מען זעהן ווי סגייט זיין. אויב איינער קען זאל ער עס ביטע ארויפלייגן

רויט
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » פרייטאג מאי 26, 2017 12:51 pm

שטראמער האט געשריבן:
רויט האט געשריבן:
טי בעג האט געשריבן:
שטראמער האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:גאר א שטארקע אינדארסמענט איז געקומען די וואך פאר דעם נייעם שכונה.

כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א האט אויפגעטרעט די וואך ביי א 'גענעראל פארזאמלונג' פאררופן דורך די קהילה אין קרית יואל, וואס צווישן אנדערע וויכטיגע הדרכות פאר די חברי הקהלה האט ער משבח געווען אז עס וועלן ווערן געבויעט פרישע נייע אכצן הונדערט דירות וואס דאס וועט צוהילף זיין פאר די אידן וואס מוטשענען זיך פון די שטאט און דאהי.

דא האט איר א קאפיע פונעם באריכט אינעם 'וואכנשריפט'.

איך זעה ער באשטעטיגט אויך די פאקט אז חסידי מהרז״ל וועלן אויך האבן א ביהמ״ד דארט
דאס איז א מוראדיגע זאך וואס איז נאך נישט געווען ביז יעצט

פאקט?
באשטעטיגט?
פון וועמ?

א בפירוש'ע וואכנשריפט

@רויט אחר זענט געווען אדער עכ״פ געהערט די דרשה?

ניין, איך בין נישט דארט געווען, נישט געהערט די דרשה, אויך נישט געליינט די דרשה, אויך נישט געזעהן די וואכנשריפט, נאר דא אויף אייועלט האב איך געזעהן די קאפי אויסשניט פון דעם.

א צייטונג -בפרט מיט אינטערעסען- וועט אריינווארפן וואס זי וויל ארויסברענגען "בתוך הדברים", צב"ש ווען עס שטייט געשריבען אז דער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדריקט מיינט עס פאקטיש אז דאס האט ער געזאגט, משא"כ ווען עס ווערט געשריבען אויף אן אופן פון דרך אגב, אז דער רבי שליט"א האט דערמאנט לשבח שכונת ויואל משה, וואס דארטן וועט אויך אויפגעשטעלט בנינים לצרכי הקהלה והמוסדות, לערן איך אפ די שטיקעל אזוי, אז דער רבי האט דערמאנט לשבח שכונת ויואל משה, מכאן ואילך דברי התלמיד אז עס גייט דארט אויפגעשטעלט ווערן בניני הקהלה.

כהאב נישט געהערט די דרשה, אבער לענ"ד ליין איך אפ אזוי די שורות, און איז אזוי מסתבר, ווייל דער צייטונג פארמאגט א פערזענליכע אינטערעסע אז עס זאל יא זיין דארט בתי מדרשים פאר די קהלות וואס זיי דעקן, מילא וועט מען שרייבן און שרייבן דערפון אז עס וועט ווערן א מילתא דפשיטא ביי די גאנצע קהלה אז עס גייט זיין בתי מדרשים, און דער מוכר וועט באקומען דרוק, ווילאנג דער מוכר וועט זיך ברעכן און צושטעלן.

מיט אזא צוגאנג געב איך א גרויסע שאנס אז עס זאל סוכ"ס זיין.

אלט מאנרא
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: אינטערן בעט

תגובהדורך אלט מאנרא » פרייטאג מאי 26, 2017 1:30 pm

וזה לשונו:

אין לגבי די היינטיגע מצב וואס איז דא אין די שטאט ברוחניות, אונז זעמיר ארומגענומען מיט שכנים וואס די שמירת עינים איז נישט די זעלבע ווי עס איז געווען אמאל, און בגשמיות וואס די פרייזן אין שטאט איז געווארן אויף א אופן ווי ס'איז באמת שווער היינט צוצוקומען צו קויפן א דירה. אפילו א בעל בתי'שע איד קען היינט נישט קויפן א דירה פאר א קינד אין שטאט, נאר מען מוז זיין א עושר צו קענען קויפן א דירה אין שטאט, אפילו צו דינגען א דירה קומט אן זייער שווער, איך רעדט שוין נישט אז די דירות איז ד' על ד' ממש, און ס'קאסט שווערע שווערע געלטער. יונגעלייט האבן חתונה, ער דארף גראד נעמען א עול וואס ער אליין קען נישט צאלן, ס'איז נישט מעגליך ממש בדרך הטבע ער זאל קענען צאלן די דירה געלט.

מען רעדט שוין נישט ווען איינער האט א גרעסערע משפחה, מען דארף צוקומען צו א גרעסערע דירה, איז ממש נישט מעגליך צוצוקומען צו קיין דירות. ס'איז ממש יום יום וואס יונגעלייט קומען זאגן ממש ער מוז זיך ארויסציען ער קען שוין נישט זיין אין אזא ענגע דירה, אבער ער קען נישט טרעפן קיין דירה וואו ער זאל קענען זיך ארויסציען.

איז די איינציגסטע עצה דאס אז מען קען זיך ארויסציען אויסער די שטאט, ס'איז דאך דא דער מאמר החכם ההכרח לא יגונה ולא ישובח, ס'איז מכח הכרח וואס מען זעט אז מען קען נישט בלייבן אין שטאט און מען מוז זיך ארויסציען, נישט קיין ספק אז קרית יואל איז די גרינגסטע פלאץ, די גרינגסטע מקום וואו א היימישער יונגערמאן קען זיך אוועקשטעלן. מען גייט יעצט מוסיף זיין, מען בויעט יעצט דא נאך א גרויסע סכום פון 1,800 דירות, און נאך דירות, און ס'איז דא א מעגליכקייט אז אונזער עולם זאל זיך צאמנעמען מיט אייגענע בתי מדרשים.

א סאך יונגעלייט קומען מיך פרעגן איבער זיך ארויסציען אינדרויסן פון קרית יואל, איז כאטשיג אינדרויסן פון קרית יואל איז אויך אן ענין פון א הכרח אז מען ציט זיך ארויס, אבער מען דארף האבן א געוואלדיגע זהירות וועלכע מקומות מען גייט, נישט צו גיין אויף קיין מקומות וואו ס'איז בכלל נישטא קיין מקוה שבת, ווי קען מען זיך ארויסציען אויף אזא פלאץ. און מען דארף אויך האבן א שטארקע זהירות איבער די שכנים, ס'זאל זיין מיט א ריכטיגע צניעות, און מיט א ריכטיגע ערליכקייט, צו קענען דארט מגדל זיין ערליכע אידישע דורות.
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

אוועטאר
עולם ומלואו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » פרייטאג מאי 26, 2017 2:57 pm

איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:פארוואס שיקט מען דעם איין טאג בלומענבערג איין טאג לעקוואד אין יעצט קרית יואל.
וואלט נישט געווען בעסער ווען משיקט יעדן איינעם אויף איין פלאץ אזוי זאל זיין גרינגער אז די פלאץ זאל זיך אויארבעטן?

ווייסט אויס אז מ'איז שוין גענוג באקוועם אז די אנדערע וועלן זיך אויך אויסארבעטן, און קר"י וועט עס נישט אפהרגע'ן.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5639
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג מאי 26, 2017 3:17 pm

כהאב נישט געהערט די דרשה, אבער לענ"ד ליין איך אפ אזוי די שורות, און איז אזוי מסתבר, ווייל דער צייטונג פארמאגט א פערזענליכע אינטערעסע אז עס זאל יא זיין דארט בתי מדרשים פאר די קהלות וואס זיי דעקן, מילא וועט מען שרייבן און שרייבן דערפון אז עס וועט ווערן א מילתא דפשיטא ביי די גאנצע קהלה אז עס גייט זיין בתי מדרשים, און דער מוכר וועט באקומען דרוק, ווילאנג דער מוכר וועט זיך ברעכן און צושטעלן.

אריינגעלערנט אין א צייטונג א גאנצע פסיכאלאגישע דרך מלחמה, אהן טוהן דאס מינדעסטע ריסערטש, אבער "אזוי איז מסתבר"! און דאס אלעס וויבאלד איך האב פארקערטע אינטערעסן. פלאי פלאים.
וואו איז דָוִי?

שטראמער
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 4:27 pm

תגובהדורך שטראמער » פרייטאג מאי 26, 2017 3:34 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:
כהאב נישט געהערט די דרשה, אבער לענ"ד ליין איך אפ אזוי די שורות, און איז אזוי מסתבר, ווייל דער צייטונג פארמאגט א פערזענליכע אינטערעסע אז עס זאל יא זיין דארט בתי מדרשים פאר די קהלות וואס זיי דעקן, מילא וועט מען שרייבן און שרייבן דערפון אז עס וועט ווערן א מילתא דפשיטא ביי די גאנצע קהלה אז עס גייט זיין בתי מדרשים, און דער מוכר וועט באקומען דרוק, ווילאנג דער מוכר וועט זיך ברעכן און צושטעלן.

אריינגעלערנט אין א צייטונג א גאנצע פסיכאלאגישע דרך מלחמה, אהן טוהן דאס מינדעסטע ריסערטש, אבער "אזוי איז מסתבר"! און דאס אלעס וויבאלד איך האב פארקערטע אינטערעסן. פלאי פלאים.

די מוכר דארף זיך נישט ברעכן ער זאגט קלאר פאר ווער עס פרעגט אים אז ער גייט צושטעלן בתי מדרשים פאר ביידע קהילות און ער האט אפילו דעזיגנירט פלעצער פאר ביידע. במילא שטימט נישט אזוי גוט די פשעטל בדרך דרוש אפשר פרוביר בדרך סוד

סארקאזי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » פרייטאג מאי 26, 2017 4:21 pm

wow ליינענדיג דעם לשון פון אדמו''ר מהרי''י זע איך, אז ער טוט באמת נישט אינקארידשען ארויסצוגיין אינדערויסען פון שטאט, וועגען שכנים'' מקוואות'' וכדומ',
נאר אנשטאט טוט ער שטיצען שכונת ויואל משה, וואס איז לכל הדעות נאר א שארט טערם סעלושען, די אמתע לאנג טערם סעלושען, איז ופרצתה ימה וקדמה צפונה ונגבה
וועגען מקוואות?? נא העלפ צו, סזאל זיין מקוואות, שכנים ? סוועלן מופען גענוג מענטשען, וועלן זיין גיטע שכנים, אין וויליאמסבורג איז יא דא גיטע שכנים?
איך קען פארשטיין אז אלץ א מנהיג, ולוקח אחריות אויף זיין עולם, איז ער די מערסטע סעיף מיט דעם אפשען,
אבער סאיז מיר א פלא, אז ער שטיפט עס נישט אביסל מער ווי דעם, וואס פארשטיי איך? :roll:

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23554
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 26, 2017 4:31 pm

סארקאזי האט געשריבן:wow ליינענדיג דעם לשון פון אדמו''ר מהרי''י זע איך, אז ער טוט באמת נישט אינקארידשען ארויסצוגיין אינדערויסען פון שטאט, וועגען שכנים'' מקוואות'' וכדומ',
נאר אנשטאט טוט ער שטיצען שכונת ויואל משה, וואס איז לכל הדעות נאר א שארט טערם סעלושען, די אמתע לאנג טערם סעלושען, איז ופרצתה ימה וקדמה צפונה ונגבה
וועגען מקוואות?? נא העלפ צו, סזאל זיין מקוואות, שכנים ? סוועלן מופען גענוג מענטשען, וועלן זיין גיטע שכנים, אין וויליאמסבורג איז יא דא גיטע שכנים?
איך קען פארשטיין אז אלץ א מנהיג, ולוקח אחריות אויף זיין עולם, איז ער די מערסטע סעיף מיט דעם אפשען,
אבער סאיז מיר א פלא, אז ער שטיפט עס נישט אביסל מער ווי דעם, וואס פארשטיי איך? :roll:

גם אני מצטרף להתמיהה רבתי בדבריו, וואס איז כלל נישט אין איינקלאנג מיטן מעסעדזש וואס איך הער כסדר פון די חסידים וועלכע זאגן אז ארויסגיין אינדרויסן איז א לכתחלה שבלכתחלה, ועל הטענה הזה האט מען דאך געשטימט אקעגן אנעקסעישאן עפ"י דעת תורתו פונעם רבי'ן שליט"א ווי ארויסגעברענגט אין די אינהאלטסרייכע דרשה בבית מדרשו א נאכט פאר די וואלן.

זעהט אויס אז הדר ביה מרן שליט"א, ודעת אחרת היה עמו.

דאס דארף מען שטודירן גרונטליך.

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג מאי 26, 2017 4:50 pm

מיללער האט געשריבן:גם אני מצטרף להתמיהה רבתי בדבריו, וואס איז כלל נישט אין איינקלאנג מיטן מעסעדזש וואס איך הער כסדר פון די חסידים וועלכע זאגן אז ארויסגיין אינדרויסן איז א לכתחלה שבלכתחלה, ועל הטענה הזה האט מען דאך געשטימט אקעגן אנעקסעישאן עפ"י דעת תורתו פונעם רבי'ן שליט"א ווי ארויסגעברענגט אין די אינהאלטסרייכע דרשה בבית מדרשו א נאכט פאר די וואלן.

זעהט אויס אז הדר ביה מרן שליט"א, ודעת אחרת היה עמו.

דאס דארף מען שטודירן גרונטליך.

בדרך אפשר קען מען מיישב זיין, אז בתחלה האט נאך מר. בויער נישט געוואלט פארקויפן זיין קרקע, לפי המצב דאז, האט מען אזוי געהאלטן, אבער נאכדעם וואס הדר ביה מר. בויער, הדר ביה גם האדמו"ר. כנלענ"ד ליישב הדברים מפני חומר הנושא.

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג מאי 26, 2017 6:16 pm

מיללער האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:wow ליינענדיג דעם לשון פון אדמו''ר מהרי''י זע איך, אז ער טוט באמת נישט אינקארידשען ארויסצוגיין אינדערויסען פון שטאט, וועגען שכנים'' מקוואות'' וכדומ',
נאר אנשטאט טוט ער שטיצען שכונת ויואל משה, וואס איז לכל הדעות נאר א שארט טערם סעלושען, די אמתע לאנג טערם סעלושען, איז ופרצתה ימה וקדמה צפונה ונגבה
וועגען מקוואות?? נא העלפ צו, סזאל זיין מקוואות, שכנים ? סוועלן מופען גענוג מענטשען, וועלן זיין גיטע שכנים, אין וויליאמסבורג איז יא דא גיטע שכנים?
איך קען פארשטיין אז אלץ א מנהיג, ולוקח אחריות אויף זיין עולם, איז ער די מערסטע סעיף מיט דעם אפשען,
אבער סאיז מיר א פלא, אז ער שטיפט עס נישט אביסל מער ווי דעם, וואס פארשטיי איך? :roll:

גם אני מצטרף להתמיהה רבתי בדבריו, וואס איז כלל נישט אין איינקלאנג מיטן מעסעדזש וואס איך הער כסדר פון די חסידים וועלכע זאגן אז ארויסגיין אינדרויסן איז א לכתחלה שבלכתחלה, ועל הטענה הזה האט מען דאך געשטימט אקעגן אנעקסעישאן עפ"י דעת תורתו פונעם רבי'ן שליט"א ווי ארויסגעברענגט אין די אינהאלטסרייכע דרשה בבית מדרשו א נאכט פאר די וואלן.

זעהט אויס אז הדר ביה מרן שליט"א, ודעת אחרת היה עמו.

דאס דארף מען שטודירן גרונטליך.

מען דארף שטודירן גרינטלעך צו עס איז דא עפעס צו שטודירן....

דער רבי האט געזאגט דברים פשוטים וואס יעדער איינער (וואס וויל פארשטיין) פארשטייט, דהיינו אז אוודאי איז א הכרח זיך ארויסציציען איבעראל, מען דארף אבער אכטונג געבן אז די פלאץ זאל זיין אויסגעהאלטן און עס זאל האבן א מקוה שבת. ווער פארשטייט דען אנדערש?

ער האט בכלל נישט אפגעווארפן די געדאנק פון ופרצת ימה וקגמה, אדרבה ער האט געזאגט אז דאס איז היינט די מציאות, ער האט נאר "מעורר" געווען נזהר צו זיין אויף אלע זייטיגע זאכן ווי שכנים וכו'

אגב מר. מיללער קיין איינער פון זיינע חסידים האבן נישט געשטימט קעגן אנעקסעישאן, מען האט געשטיצט גוים וואס וועלן העלפן זייערע מוסדות. אדרבה קהילת מהרי"י האבן קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט קיין שום קאמפיין קעגן אנעקסעישאן, מען האט זיך אפשר געקריגט וויאזוי די רעטאריק זאל צוגיין
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט