שכונה חדשה ויואל משה - קרית יואל יצ"ו

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 26, 2017 7:41 pm

ראם,
י.מ. האט געפירט זייער קאמפיין אלס די אנטי-אנעקסעישאן פאנטרעגער, און א שטימע פאר זיי איז א שטימע קעגן אנעקסעישאן, וואס איז שייך זיך צו דינגען דערויף?

דאס מציאות איז אז דאס וואס מ'האלט ווי מהאלט בנוגע אנעקסעישאן איז א דאנק די יונייטעד מאנרא געווינס ביי יענע וואלן.

א גוט שבת

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג מאי 26, 2017 7:47 pm

פארדעם האבן מיר דאך ׳נייטראלע׳ שרייבער מברר צו זיין די זאכן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג מאי 26, 2017 7:52 pm

מיללער. די מציאות איז אז דאס וואס עס איז היינט דא און עס בויעט זיך בנינים פאר די מוסדות וכו' איז א דאנק די גוים פון י. מ. פאר דעים איז מען געווען געטשאוקט, ווען עס וואלט נישט געווען ווער עס זאל זיכן צו טשאוקן וואלט מען נישט געדארפט גיין זיכן א ישועה ביי די גוים.

ווען מען האט קאמפיינט ביי די גוים האט מען קאמפיינט זיי זאלן ארויסהעלפן און די קאמפיין האט מען איבערגעגעבן צום ציבור, דאס האבן די גוים טאקע אהערגעשטעלט און געהאלפן מיט הונדערטער ענינים בלי גוזמא. דאס איז דער עיקר וואס מען האט געוואלט פון זיי, און ב"ה דערגרייכט.

אגב מיין הערה איבער אנעקסעישאן איז אריינגעקומען צום סוף אגב'דיג, איך האב אבער פארשטאנען אז אויף דעים וועט זיין דיין עיקר שטעלונג.

מיין עיקר תגובה איז געווען צו דיך מסביר זיין אויף דיין תמי' אויף די דרשה, האב איך דיר געשריבן אז עס איז אלעס זייער שיין פארשטענדליך.

א גיט שבת
לעצט פאראכטן דורך סידיראם אום זונטאג מאי 28, 2017 1:23 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

בעלבאטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » מוצ"ש מאי 27, 2017 11:05 pm

סידיראם האט געשריבן:מיללער. די מציאות איז אז דאס וואב עס איז היינט דא און עס בויעט זיך בנינים וכו' איז א דאנק די גוים פון י. מ. פארדעים איז מען געווען געטשאוקט, ווען עס וואלט נישט געווען ווער עס זאל זיכן צו טשאוקן וואלט מען נישט געדארפט גיין זיכן א ישועה ביי די גוים.

ווען מען האט קאמפיינט ביי די גוים האט מען קאמפיינט זיי זאלן ארויסהעלפן און די קאמפיין האט מען איבערגעגעבן צום ציבור, דאס האבן די גוים טאקע אהערגעשטעלט און געהאלפן מיט הונדערטער ענינים בלי גוזמא. דאס איז דער עיקר וואס מען האט געוואלט פון זיי, און ב"ה דערגרייכט.

אגב מיין הערה איבער אנעקסעישאן איז אריינגעקומען צום בוף אגב'דיג, איך האב אבער פארשטאנען אז אויף דעים וועט זיין דיין עיקר שטעלונג.

מיין עיקר תגובה איז געווען צו דיך מסביר זיין אויף דיין תמי' אויף די דרשה, האב איך דיר געשריבן אז עס איז אלעס זייער שיין פארשטענדליך.

א גיט שבת



יאפ ברוך השם אונז קען מיר אלע עדות זאגן אז זייט יענע וואלן גיסן זיך א שפע פון בנינים מיט טויזענטער דירות סיי אין שטעטעל אין און אינדרויסען פון שטעטעל פון אלע זייטן מיט בתי מדרשים און מקוואות און נישט נאר סתם דירות נאר מיט פרייזן פון ביליגע תקנות פרייזן ,גיסן זיך בתי מדרשים ,מוסדות ,וואס די ווילסט נישט ,אה אויך פארגעסן זשאבס האבן הונדערטע יודן באקומען היי פעיד זשאבס נישט נאר סתם נאר זיי האבן אויפגעגעבן שטאטישע פראגראמען פאר עס , וואס ינייטעד מאנרא האט נישט אלס דעליווערד זינט יענע וואלן

יחי ינייטעד מאנרא יחי

לאנג לעבן זאלן זיי ,פארפאלען אז מעדארף צוקומען צום גוי אבער דאס איז דאך די חסידי אומת העולם פון גאלדענעם אמעריקא

איך קען שוין קוים ווארטען נאכאמאל מקיים צו זיין דעם עת לעשות השם און גיין וואוטען פאר ינייטעד מאנרא נאכאמאל

דברים אלו
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מוצ"ש מאי 27, 2017 11:25 pm

נעבעך

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מוצ"ש מאי 27, 2017 11:37 pm

ליינענדיג עני אשכול איבער מאנדרא פארקלאפט מיר די אפעטיט אהינצומופן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אלט מאנרא
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: אינטערן בעט

תגובהדורך אלט מאנרא » מוצ"ש מאי 27, 2017 11:54 pm

שאינו יודע האט געשריבן:ליינענדיג עני אשכול איבער מאנדרא פארקלאפט מיר די אפעטיט אהינצומופן


אין די גלילות איז די ליפט מער ליפטיגער.
פארשטייט זיך מיט גיטע שכינים אין מקוואות,
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מוצ"ש מאי 27, 2017 11:59 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:ליינענדיג עני אשכול איבער מאנדרא פארקלאפט מיר די אפעטיט אהינצומופן


אין די גלילות איז די ליפט מער ליפטיגער.
פארשטייט זיך מיט גיטע שכינים אין מקוואות,


גראדע די וואך שבת איז אין גאנץ מאנראו געווען פיין לופטיג... נישט נאר אין די גלילות.

די לופט אין מאנראו מיט די גראז און ביימער איז א סינערי וואס מען זעהט נישט אין די סיטי.

שוין אפגערעדט פון די מעלה פון מאנראו וואס עס איז סאך גרינגער מיט שמירת עינים
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

אהבת קדומים
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2016 1:51 am

תגובהדורך אהבת קדומים » זונטאג מאי 28, 2017 2:18 am

ווייטער דער מיללער מיט זיין בייעס פאר די קעי זשעי לידערשיפ, מאכט זיך ווי א תם מיט א תמי׳ רבתי, און ווארפט אריין אפאר לשון קודש׳ע ווערטער אויסצוקוקן לעגיטים, ווי ער וויל פשוט פארשטיין.

דעם רבינ׳ס דרשה איז קלאר ווי גאלד, און אז ער זאגט עס קלאר דארף עס נישט קיין פירוש. חוץ פאר אזא חכם עתיק ווי מיללער, וואס פארשטייט בעסער פון יעדן.

דער רבי זאגט בפירוש, אז עס איז זייער גוט אז מען ציעט זיך איבעראל, אבער אז דו גייסט, סיי וואו, קוק דיך אום אויף די סביבה און די שכנים. נישט סתם גיי און מוף. עס דארף זיין אויסגעהאלטן. בלומינגראוו פארמאגט שוין היינט א מקוה, געבויעט דורך אנ״ש תלמידים וחסידים פון רבי׳ן באגלייט בברכת קדשו.

יעצט, אויב מיללער האלט אז אייוועלט איז דאס פלאץ צו פארדרייען די ווערטער און אפפרעגן די מיינונג פון א רבן של רבבות אלפי ישראל, איז כדי בזיון וקצף.

און בנוגע יונייטעד מאנראו, צום טויזנטסטן מאל: די עטליכע טויזנט משפחות פון קהל ויואל משה און קהל בני יואל האבן געהאט מער טובות פון יונייטעד מאנראו פאר זייער קהלה ומוסדות ווי פונעם קרית יואל ווילעדזש, וואס ארבעט שוין מיום הווסדם פון די צוויי מוסדות מיט א סך הכל פון כמעט זעקס טויזנט קינדער צו שטערן פון אנגיין און טיילן אויס צרות אויף יעדן טריט און שריט.

ס׳איז פשוט לכל בר דעת, אז ביי וואלן העלפט מען דעם וואס העלפט און נישט דעם וואס שטערט.

אז דער ווילידזש העלפט דיינע מוסדות - לאקי יא, אבער מאך דיך נישט ווי א טאמעוואטע נארעלע מיט תמי׳ גדולה רבתי, ווייל דו ווילסט נישט מ׳זאל ארויפברענגען די תמיות וואס זענען פארהאן אויף דיין הנהגה.

גוטע וואך.

אוועטאר
שכל'דיג
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג מאי 28, 2017 2:32 am

איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:פארוואס שיקט מען דעם איין טאג בלומענבערג איין טאג לעקוואד אין יעצט קרית יואל.
וואלט נישט געווען בעסער ווען משיקט יעדן איינעם אויף איין פלאץ אזוי זאל זיין גרינגער אז די פלאץ זאל זיך אויארבעטן?


מענטשן זענען ב"ה נישט קיין -באקסעס- ווי מען קען שיקן/לייגן מען מאכט געניג א גרויסע אויסוואל ווי יעדער זאל זיך אויסוועלן פאר זיין תחונת הנפש

אוועטאר
שכל'דיג
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג מאי 28, 2017 2:44 am

שאינו יודע האט געשריבן:ליינענדיג עני אשכול איבער מאנדרא פארקלאפט מיר די אפעטיט אהינצומופן

ליידער 100% גערעכט!

א נעכטיגן טאג
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

תגובהדורך א נעכטיגן טאג » זונטאג מאי 28, 2017 3:46 am

שכל'דיג האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:ליינענדיג עני אשכול איבער מאנדרא פארקלאפט מיר די אפעטיט אהינצומופן

ליידער 100% גערעכט!

בראשית ברא
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג מאי 28, 2017 3:49 am

די מחלוקת דא אויבן איז צי עכברא אדער חורא איז דער גימל נון בית..


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט