מכתב גדולי ראשי ישיבות בארה"ב לגדולי ראשי יישבות בארה"ק בענין הגיוס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

מכתב גדולי ראשי ישיבות בארה"ב לגדולי ראשי יישבות בארה"ק בענין הגיוס

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג יוני 04, 2017 12:33 pm

מכתב גדולי ראשי ישיבות בארה"ב לגדולי ראשי יישבות בארה"ק בענין הגיוס

WhatsApp Image 2017-06-04 at 11.07.02 AM.jpeg
WhatsApp Image 2017-06-04 at 11.07.02 AM.jpeg (171.04 KiB) געזעהן 1714 מאל


WhatsApp Image 2017-06-04 at 11.07.00 AM.jpeg
WhatsApp Image 2017-06-04 at 11.07.00 AM.jpeg (186.5 KiB) געזעהן 1714 מאל

דניאל בוימענגארטן
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » זונטאג יוני 04, 2017 12:36 pm

ביטע ארויסשרייבן קלאר ווער זענען די 5 חותמים פון די בריוו

בראשית ברא
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג יוני 04, 2017 12:38 pm

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:ביטע ארויסשרייבן קלאר ווער זענען די 5 חותמים פון די בריוו

אהרן פלדמן
יעקב פרלוב
ארי' מלכיאל קוטלר
מאיר הערשקאוויטש
יעקב ?
לעצט פאראכטן דורך בראשית ברא אום זונטאג יוני 04, 2017 12:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג יוני 04, 2017 12:40 pm

הרב יעקב פרלוב, האדמו"ר מנובומינסק ויו"ר אגודת ישראל בארה"ב
הרב אהרן פעלדמאן, ראש ישיבת נר ישראל בולטימור
הרב מאיר הערשקאוויטש, מראשי ישיבת סטמפורד
הרב מלכיאל קוטלר, מראשי ישיבת לעיקוואד
הרב יעקב שרגא הורוויץ, ראש ישיבת בית מאיר ורב דבימ"ד טעלז
לעצט פאראכטן דורך אוהב ספרים אום זונטאג יוני 04, 2017 12:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

תגובהדורך חכם לב » זונטאג יוני 04, 2017 12:41 pm

ר' מאיר הערשקאוויטש ראש ישיבת בית בנימין קאניטקוט

סוואליעווער אייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » זונטאג יוני 04, 2017 12:42 pm

רבי מלכיאל קוטלער ר"י גבוה בלעיקוואד

און רבי יעקב פערלאוו - אדמו"ר מנאוואמינסק שליט"א

דאס דערקען איך דערווייל

בראשית ברא
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג יוני 04, 2017 12:42 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:הרב יעקב פרלוב, האדמו"ר מנובומינסק ויו"ר אגודת ישראל בארה"ב
הרב אהרן פעלדמאן, ראש ישיבת נר ישראל בולטימור
הרב מאיר הערשקאוויטש, ראש ישיבת בית בנימין סטעמפארד
הרב מלכיאל קוטלר, מראשי ישיבת לעיקוואד
הרב יעקב שרגא הורוויץ, ראש ישיבת בית מאיר ורב דבימ"ד טעלז

אדאנק

אוועטאר
אויבער-חכם
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm

תגובהדורך אויבער-חכם » זונטאג יוני 04, 2017 12:45 pm

די אפציעליע אשכול איז פארשפארט, גייט מען יעצט עפענען יעדע פינעף מינוט א נייעם אשכול אויף די נושא פין גיוס?
האיש האשכולות...

אוועטאר
עולם ומלואו
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » זונטאג יוני 04, 2017 12:46 pm

פון ווען איז דער בריוו? פארגאנגענע וואך?

וויל זיין גוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » זונטאג יוני 04, 2017 12:49 pm

קען איינער לאזן וויסן ווען דער בריוו איז געשריבן געווארן, צי עס איז אנגעקומען, און צי עס איז געקומען עפעס אן אנטווארט?
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג יוני 04, 2017 12:50 pm

די ארטיקלען אין די היינטיגע יתד והמבשר איז א תשובה אויף דעם בריעוו בדרך התקפה אויף דער איד, פארשטייסטע?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג יוני 04, 2017 12:50 pm

איך כאפ נישט, קען מיר איינער ערקלערן פשט פון דעם בריוו? די אמעריקאנע ר"י זענען מודיע פאר די אר"י'דיגע אז עס איז דא א סכנה, זיי ווייסן נישט אליינס?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג יוני 04, 2017 12:51 pm

אויבער-חכם האט געשריבן:די אפציעליע אשכול איז פארשפארט, גייט מען יעצט עפענען יעדע פינעף מינוט א נייעם אשכול אויף די נושא פין גיוס?
\\

ובכן, וואס זאל מען טוען מיט אזא וויכטיג שטיקעל נייעס?

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג יוני 04, 2017 12:53 pm

אויבער-חכם האט געשריבן:די אפציעליע אשכול איז פארשפארט, גייט מען יעצט עפענען יעדע פינעף מינוט א נייעם אשכול אויף די נושא פין גיוס?

יענער אשכול איז איבער נייעס, און נאר נייעס, היות ס'איז נישטא קיין נייעס אויף דער מינוט, און ס'איז א הייסע טעמע, האט מען עס אפגעשפארט ביז ס'וועט זיין פרישע אנטוויקלונגען, אויב איינער ווייסט פון א קראנטע ניעעס און אנטוויקלונג, זאל עס ביטע מעלדן אין אישי פאר איינע פון אחראים, ון מ'וועט עס ארויפלייגן, אדער לויטן מצב צוריק אויפשפארן.

ואתכם הסליחה
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג יוני 04, 2017 12:56 pm

דער בריעוו הייסט נישט קיין נייעס?

איינפאכער איד
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג יוני 04, 2017 12:57 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
אויבער-חכם האט געשריבן:די אפציעליע אשכול איז פארשפארט, גייט מען יעצט עפענען יעדע פינעף מינוט א נייעם אשכול אויף די נושא פין גיוס?

יענער אשכול איז איבער נייעס, און נאר נייעס, היות ס'איז נישטא קיין נייעס אויף דער מינוט, און ס'איז א הייסע טעמע, האט מען עס אפגעשפארט ביז ס'וועט זיין פרישע אנטוויקלונגען, אויב איינער ווייסט פון א קראנטע ניעעס און אנטוויקלונג, זאל עס ביטע מעלדן אין אישי פאר איינע פון אחראים, ון מ'וועט עס ארויפלייגן, אדער לויטן מצב צוריק אויפשפארן.

ואתכם הסליחה


100% גערעכט! מען ווערט גארנישט געוואויר דורכדעם וואס יעדער לופטערט אויס זייערע מיינונגען באגלייט מיט פאקטן וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3077
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג יוני 04, 2017 1:03 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:איך כאפ נישט, קען מיר איינער ערקלערן פשט פון דעם בריוו? די אמעריקאנע ר"י זענען מודיע פאר די אר"י'דיגע אז עס איז דא א סכנה, זיי ווייסן נישט אליינס?

די ראש ישיבות ווייסן נאר וואס די ועד הישיבות און אנדערע עסקנים זאגן זיי, און אויב זיי זאגן אז אלעס איז בסדר נעמען זיי עס אן אויפ'ן ווארט. די אמעריקאנע ר"י ברענגען ארויס געוויסע נקודות אויף וואס די ר"י פון א"י זאלן פאדערן א קלארשטעלונג, וואס דאן, ווען זיי ווייסן שוין ספעסיפיקס, איז שווערער צו פארדרייען און באהאלטן פאקטן.

וויל זיין גוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » זונטאג יוני 04, 2017 1:14 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:קען איינער לאזן וויסן ווען דער בריוו איז געשריבן געווארן, צי עס איז אנגעקומען, און צי עס איז געקומען עפעס אן אנטווארט?

ביטע אויב איינער קען ענטפערן אויף די פראגעס
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג יוני 04, 2017 1:19 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:קען איינער לאזן וויסן ווען דער בריוו איז געשריבן געווארן, צי עס איז אנגעקומען, און צי עס איז געקומען עפעס אן אנטווארט?

ביטע אויב איינער קען ענטפערן אויף די פראגעס

געשריבען געווארען פאר שבועות, עס איז אנגעקומען

און ווי געשריבען אויבן די אנטווארט איז אין די ארטיקלען אין יתד והמבשר היינט אינדערפרי

נחום וואהלינער
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג יוני 04, 2017 1:48 pm

די חתימה און בפרט פון די הוספה פון די נובומינסקער רבי ונשיא אגודת ישראל בארה"ב איז א חידוש עצום...
די אנדרע בכלל נישט

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג יוני 04, 2017 1:49 pm

בכלל נישט קיין חידוש

רצון טוב
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג יוני 04, 2017 1:55 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:איך כאפ נישט, קען מיר איינער ערקלערן פשט פון דעם בריוו? די אמעריקאנע ר"י זענען מודיע פאר די אר"י'דיגע אז עס איז דא א סכנה, זיי ווייסן נישט אליינס?


די ארטיגע ארץ ישראל'דיגע פרעסע איז משתיק די גאנצער עסק, פון דארט איז שווער די אינפא זאל אנקומען לבית אדמור"י ורבני ארה"ק
פון חו"ל איז דא א מבוא אז די פאקטן זאלן ווערן אויסגעקלארט
און ווי @אוהב זאגט קוקט אויס ווי די פאקטן הייבן אן ארויסקומען אויפן אויבערפלאך אפליינענדיג דער פרעצעדענטלאזער אטאקע פינעם יתד נאמן און המבשר.

קען איינער אהערברענגן די אנטווארט פינעם היינטיגער דער איד צו די צייטונגען אין ארץ ישראל

אלט מאנרא
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: אינטערן בעט

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג יוני 04, 2017 1:56 pm

רעליגיעז-ציוניסטישע צייטונגען
אין אטאקע קעגן "דער איד"

די רעליגיעז-ציוניסטישע צייטונגען אין מדינת ישראל, "המבשר" און "יתד", האבן זיך דעם זונטאג צופרי צעלאזט און זענען ארויסגעקומען אין זייערע פאדערשטע זייטן מיט א ווילדער אטאקע קעגן "דער איד", דער שופר פונעם אלוועלטליכן ארטאדאקסישן אידנטום, וואס וואגט זיך צו פארשפרייטן די אמת'ע, טרויעריגע און ביטערע פאקטן פון דער שרעקליכער גזירת שמד פון גיוס וואס בושעוועט אין ארה"ק, וואס ליידער זענען די נציגים פון די חרדישע פארטייען, די חברי כנסת המינים, די וואס האבן צוגעשטימט דערצו און העלפן ליידער צו אריבערצופירן טויזנטער בחורי הישיבות צו שמד ממש.

די ווילדע פרעצעדענטלאזע אטאקע קעגן "דער איד" האט באשיינפערליך געוויזן די אומגלויבליכע השפעה פון שרייבן נאכאנאנד קעגן דער ביטערער גזירה, און ווי עס וועקט אויף די גאנצע אידישע וועלט, אריינגערעכנט אזעלכע וואס געפינען זיך צווישן זייערע שיכטן און קרייזן אין ארץ ישראל, וואס אלע שרייען געוואלד, ווי קען מען צולאזן אזא הפקרות'דיגע הנהגה צווישן די חרדישע פארטייען, וואס וואגן זיך צו טרעטן אויף אלעם הייליגן און העלפן שטופן דעם ציוניסטישן וואגן בארג אראפ אויף אזא שוידערליכן גאלאפ.

אין דער זעלבער צייט, בלאזט עס אויך אריין א מורא'דיגן חיזוק אינעם אומגעפעלשטן חרדי'שן אידנטום, דאס זען די זידלערייען און פארלוימדונגען אין דער רעליגיעז-ציוניסטישער פרעסע, אלעס ווייל מ'לאזט נישט אויסלעשן און צונישט-מאכן די שארפקייט פון דער שרעקליכער גזירה, ווי זיי וואלטן ווען געוואלט, לייגט ארויף א פילפאכיגן גרעסערן פליכט אויף יעדן איד לבא לעזרת ה' בגבורים, און ארויסגיין מיט די מאסן זיך משתתף זיין אינאיינעם מיט די גדולי ומאורי ישראל ביים בעפארשטייענדן כינוס הרבבות פון יהדות אמעריקע, קומענדיגן זונטאג פרשת שלח אין בארקלעיס סטאדיום אין ניו יארק, וואו מ'וועט בעז"ה אויפטרייסלען די וועלט איבער דעם שוידערליכן "גזירת שמד" אין ארה"ק און נישט לאזן דערשטיקן די פינסטערע גזירת הגיוס וואס באדראעט דעם עקזיסטענץ פון כלל ישראל בארה"ק.
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

אוועטאר
אויבער-חכם
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm

פרעזידענצלאזע אטאקע קעגן דער איד

תגובהדורך אויבער-חכם » זונטאג יוני 04, 2017 2:11 pm

הזדעזו ארץ תבל ומלואה ארבע מאה פרסאות....
די יהדות החרדית איז אויפגעטרייסלט אויף די שרעקליכע אטאקע פינעם צייטונג יתד נאמן אנקעגן ערליכע יראים ושלמים, נאך וואס די איד מידי שבוע בשבוע העצט מיט יעדע מין אויסדריק קעגן זייער מנהיג, נאכדעם וואס איז ארויס געקומען קונטרסים הסברה, מודעות, פאשקעווילין, דרשות, האטליין׳ס אלעס צו באשמיצן זייער מנהיג מיטן ערגסטען רח״ל, נאכדעם וואס יעדע חדר אינגעל ווייסט אז די יעצטיגע עצרת איז נישט קעגן ביבי אדער יאיר לפיר שר״י נאר עס איז געווידמעט אומדירעקט קעגן זייער מנהיג, האבן זיי זיך דערוואגט אין געהאט די העזה צושרייבן אן ארטיקל קעגן די עצרת? אפילו זיי האבן נישט געהאקט קעגן איינער פרעזענדליך, אדער באשמוצט חלילה א גדול בישראל... אבער וויאזוי האבן זיי זיך דערוואגט ארויס צוקומען מיט אזא ריזן ׳אטאקע׳?????
דער וואס קען היסטערי ווייסט אז נישט קיין חילוק וואס אונז טוען, זעמער אלץ געווען די וויקטעם׳ס...
#להבדיל_חאמאס
האיש האשכולות...

אוועטאר
מצפה לישועה
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 10:03 pm

תגובהדורך מצפה לישועה » זונטאג יוני 04, 2017 2:14 pm

אויבער-חכם האט געשריבן:הזדעזו ארץ תבל ומלואה ארבע מאה פרסאות....
די יהדות החרדית איז אויפגעטרייסלט אויף די שרעקליכע אטאקע פינעם צייטונג יתד נאמן אנקעגן ערליכע יראים ושלמים, נאך וואס די איד מידי שבוע בשבוע העצט מיט יעדע מין אויסדריק קעגן זייער מנהיג, נאכדעם וואס איז ארויס געקומען קונטרסים הסברה, מודעות, פאשקעווילין, דרשות, האטליין׳ס אלעס צו באשמיצן זייער מנהיג מיטן ערגסטען רח״ל, נאכדעם וואס יעדע חדר אינגעל ווייסט אז די יעצטיגע עצרת איז נישט קעגן ביבי אדער יאיר לפיר שר״י נאר עס איז געווידמעט אומדירעקט קעגן זייער מנהיג, האבן זיי זיך דערוואגט אין געהאט די העזה צושרייבן אן ארטיקל קעגן די עצרת? אפילו זיי האבן נישט געהאקט קעגן איינער פרעזענדליך, אדער באשמוצט חלילה א גדול בישראל... אבער וויאזוי האבן זיי זיך דערוואגט ארויס צוקומען מיט אזא ריזן ׳אטאקע׳?????
דער וואס קען היסטערי ווייסט אז נישט קיין חילוק וואס אונז טוען, זעמער אלץ געווען די וויקטעם׳ס...
#להבדיל_חאמאס

יעדעס ווארט...
ישועת השם כהרף עין


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”