מכתב גדולי ראשי ישיבות בארה"ב לגדולי ראשי יישבות בארה"ק בענין הגיוס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג יוני 04, 2017 3:07 pm

יש להוסיף בדרך אפשר:
מיללער האט געשריבן:געזען א גוטע נוסחא, קאפי/פעיסט:

"אבינו מלכינו סתום פיות,
ויעשה שלום בין הבריות,
תאחד הקהלות והראשי ישיבות יעשו פיוס,
וינוח לנו מכל השטיות,
ולא יתשש בשביל זה כח הבריאות,
ויבטל כל גזירות אכזריות,
ולא נוכל להסתיר את פרצוף המחלוקת תחת גזירת גיוס,
ובזכות זה יולכינו לציון קוממיות"
הנאה געהאט פון מיר? באדאנקט אייך דא. אויב וועט מען זיך נישט גענוג באדאנקן וועל איך נישט קענען שלאפן רואיג ביינאכט און כ'וועל טראכטן צוויי מאל איידער איך שרייב קומענדיגע מאל. עס איז בלויז אייער אויסוואל... (קרעדיט: הרוצה בעילום שמו, אייוועלט)

משה סויבל
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 8:09 pm

תגובהדורך משה סויבל » זונטאג יוני 04, 2017 3:17 pm

וואס טוט זיך עפעס מיט די בריוון צום פרעזידענט יר"ה
עני אפדעיטס?

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג יוני 04, 2017 3:29 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:הנהלה! ביטע נעמט דעם מעקער אין די האנט אריין...


א בקשה צו די אלע וואס האבין נישט עפעס וואס צו צולייגען לטב ולמוטב, אויסער מעורר זיין וועגען מעקען א גאנצען טאג, זאלן נישט אריינגייען אין די סארט אשכולות ושלום על ישראל

עצל פוילשטריק
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 7:23 pm

תגובהדורך עצל פוילשטריק » זונטאג יוני 04, 2017 3:31 pm

ערגעץ האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
ערגעץ האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איך כאפ נישט, קען מיר איינער ערקלערן פשט פון דעם בריוו? די אמעריקאנע ר"י זענען מודיע פאר די אר"י'דיגע אז עס איז דא א סכנה, זיי ווייסן נישט אליינס?


די ארטיגע ארץ ישראל'דיגע פרעסע איז משתיק די גאנצער עסק, פון דארט איז שווער די אינפא זאל אנקומען לבית אדמור"י ורבני ארה"ק
פון חו"ל איז דא א מבוא אז די פאקטן זאלן ווערן אויסגעקלארט
און ווי @אוהב זאגט קוקט אויס ווי די פאקטן הייבן אן ארויסקומען אויפן אויבערפלאך אפליינענדיג דער פרעצעדענטלאזער אטאקע פינעם יתד נאמן און המבשר.

קען איינער אהערברענגן די אנטווארט פינעם היינטיגער דער איד צו די צייטונגען אין ארץ ישראל

איך פארשטיי נישט וויאזוי אין 2017 דארפן אידן פון אמעריקע 'מסביר זיין די מציאות' פאר די אידן אין ארץ ישראל.
אין 1937 האט א איד געקענט וואוינען און פולין און האט גארנישט געוואוסט וואס גייט פאר אריבער די גרעניץ אין דייטשלאנד ווייל עס איז נישט געווען קיין טלפון אינטרנט וכו'. היינט אין 2017 קען זיצן א ראש ישיבה אין ארץ ישראל און פון טויזנטע ערליכע אידן אין ארץ ישראל זאל נישט זיין אפילו איין ראש ישיבה וואס זאל עם קומען פארציילן: "רבי, מען איז מגייס בחורים הונטער דיין רוקן", נאר פון אמעריקע דארפן קומען מענטשן און עם 'פארציילן' וואס גייט פאר.

די גאנצע נוסח פון 'אויפוועקן די יהדות החרדית אין ארץ ישראל זאל'ן זעהן וואס גייט פאר' מאכט עפעס נישט קיין סענס. אונז דא זאלן זיי 'מודיע' זיין און פארציילן וואס טוט זיך? טראכט אריין נאכאמאל צו עס מאכט סענס וואס דו רעדסט.

שטעלט אייך פאר אז ראשי הישיבות און גדולי האדמורים אין ארץ ישראל גייען צוזאמרופן א כינוס רבבות אויף עפעס א גרויסע מכשול פון - למשל - 'ניקור' וואס גייט דא פאר אין אמעריקע (און ס'איז נאר א דוגמא), וויאזוי וואלסטו עס אנגעקוקט? זיי וואלטן אונז אויפגעקלערט אז אונז עסן מיר יעדן טאג נבילות וטריפות און עובר אויף איסורים דאורייתא ומדרבנן... העלאו קום אריבער דא וועסטו זעהן אז אלעס איז אויסגעהאלטן און אלעס איז כשר בתכלית ההידור משגיחים פלאמבעס וכו' וכו', וואס לאסטו זיך נער'ן פון אפאר עסקנים וואס רעדן דיר איין לאקשן?
והנמשל מובן וד"ל.

איז דאך גוט קוק נאך אין דע דירעקטערי די נאמבער פין די ראשי ישיבות וואס האבן געשריבן די בריוו אין זאג זיי דיין שטארקע דיבורים ווייל זיי ווארטן נאך אויף א תשובה א "געהעריגע" ווי זיי שרייבן אין די בריוו
וועלכע ראשי ישיבות דארף מען געבן גערעכט אין פארשטיין אלעס וואס זיי טוען בלינדערהייט אין וועלכע נישט?

זיי מוחל ענטפער מיין שאלה. מאכט עס סענס אז 'אונז' וואס זיצן דא אין 'אמעריקע', און אסאך זענען נאך אין זייער לעבן נישט געווען אין ארץ ישראל, קומען פארציילן פאר 'זיי' וואס גייט 'דארט' פאר? לאז אפ מיין גאנצע תגובה ענטפער מיר אויף 'די' שאלה.

דער ציל פון דעם בריוו איז העכסט ווארשיינליך צו "צודריקן צום וואנט", דהיינו, איך בין נישט קיין צייטונג שרייבער וואס דו מוזט זיך מיט מיר נישט רעכענען אדער ענטפערן שלא ממין הטענה בבחינת טענו לו בחטין והודו לזכר קדשו, איך בין דיינס א מענטש און דאס זענען מיינע טענות, האסט וואס צו ענטפערן???
איך ווייס נישט צו ס'האט מיטן כינוס דירעקט, אבער ס'איז זיכער אז ס'וועט מוזן קומען א תשובה אויף סיי וואספארא אופן, אדער דורך שארפע השמצות אין צייטונג וואס דאן ווייסן מיר וואס דער תירוץ איז, אדער אויף א נארמאלן אופן.
דאס אז ס'מאכט נישט קיין סענס איז בכלל נישט קיין נפ"מ דא, ס'מאכט גארנישט אויס אויף די ערנסטקייט פונעם בריוו, קיין תירוץ איז דאס זיכער נישט אויף אזעלכע הארבע טענות, במילא איז א שאד זיך צו באציען צו די פראגע צי ס'מאכט יא אדער נישט סענס.

איך הער נישט
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:06 am

תגובהדורך איך הער נישט » זונטאג יוני 04, 2017 3:40 pm

מיללער האט געשריבן:געזען א גוטע נוסחא, קאפי/פעיסט:

"אבינו מלכינו סתום פיות, תאחד הקהלות והראשי ישיבות יעשו פיוס, אז ינוח לנו מכל השטיות, ולא נצטרך להסתיר את פרצוף המחלוקת תחת גזירת גיוס"

משה סויבל האט געשריבן:וואס טוט זיך עפעס מיט די בריוון צום פרעזידענט יר"ה
עני אפדעיטס?

אוועטאר
יין ישן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » זונטאג יוני 04, 2017 3:41 pm

די באמבע קשיות ושאלות וואס ווערן געפרעגט אין דעם אשכול איבער די אמעריקאנער זאלן זאגן מציאות פאר ארץ ישראל'דיגע רבנים האט איין קלארע תשובה "די מציאות פאטשט אין פנים" (און דאס איז כנראה וואס קוועטשט די אלע אנדערע מגיבים איבער ביטערע מציאות'ער וכדו') אז מיר שטיי מיר דא אז דער נאווימינסקער רבי וואס איז ווי שוין ערווענט כפוף תחת הוראתו של הר"י מב"ב און ער שרייבט צו אזא בריוו איז מכריח בהכרח גמורה (יעצט גיט א דריי מיט'ן פינגער מיט די פארקנייטשטן שטערן און פארמאכטע אויגן) אז עס איז דא א מציאות אז אמעריקאנע רבנים זאלן באקומען קראנטערע אינפארמאציע ווי די ארץ ישראל'דיגע, א"כ איפוא האט נישט קיין פשט אריינצוגיין אין פלפולים ווייל ווי געזאגט די מציאות פאטשט אין פנים, וישמע חכם ויוסף לקח..........
בן שבעים אני וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?

אוועטאר
בערעלע קבצן
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

תגובהדורך בערעלע קבצן » זונטאג יוני 04, 2017 3:45 pm

מיללער האט געשריבן:געזען א גוטע נוסחא, קאפי/פעיסט:

"אבינו מלכינו סתום פיות, תאחד הקהלות והראשי ישיבות יעשו פיוס, אז ינוח לנו מכל השטיות, ולא נצטרך להסתיר את פרצוף המחלוקת תחת גזירת גיוס"

אינני יודע אם אתה, כותב התגובה, מסתתר תחת הקאפי/פעיסט, או הנך באמת מעתיק דברים הנראים בעיניך חכמים.

לא אתייחס לדברים עצמם, וגם לא אשאלך על מי הנפת את חרב השלום, גם לא אעירך לעורר זכרונך כהיסטוריון על 'הסתרת פרצוף המחלוקות' של רבותינו מדור הקודם ולמעלה בקודש.

אגיד לך דבר אחד, דברי הבל ועזות מצח גם אם נכתבו בחרוזים יפים אינם מקבלים טהרה.



#פאלשע (קנאות) [שלום], א גרויל!
לעצט פאראכטן דורך בערעלע קבצן אום זונטאג יוני 04, 2017 3:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג יוני 04, 2017 3:47 pm

עס קומט ארויס א בריוו פון גדולי ארץ ישראל, מיט א אויפאדעראנג פון די אמעריקאנע רבנים:
זאלן קלאר שטעלן וואס איז די מצב דארט מיט סמארט פאון'ס.
עס פאלן שטיקער פון כלל ישראל, יעדער קול מחאה ווערט באלד פאשוויגן דארך בעלי אינטערסען. עס מוז ארוס קומען א קלארע תשובה וואס איז די ציגאנגג דארט.

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » זונטאג יוני 04, 2017 3:51 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:עס קומט ארויס א בריוו פון גדולי ארץ ישראל, מיט א אויפאדעראנג פון די אמעריקאנע רבנים:
זאלן קלאר שטעלן וואס איז די מצב דארט מיט סמארט פאון'ס.
עס פאלן שטיקער פון כלל ישראל, יעדער קול מחאה ווערט באלד פאשוויגן דארך בעלי אינטערסען. עס מוז ארוס קומען א קלארע תשובה וואס איז די ציגאנגג דארט.

קענסט פארעכטן טויזענט אויפאדערונגען, ביז ווי לאנג די ענטפערסט נישט זייער בריוו בלייבט עס שווער...

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » זונטאג יוני 04, 2017 3:53 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:עס קומט ארויס א בריוו פון גדולי ארץ ישראל, מיט א אויפאדעראנג פון די אמעריקאנע רבנים:
זאלן קלאר שטעלן וואס איז די מצב דארט מיט סמארט פאון'ס.
עס פאלן שטיקער פון כלל ישראל, יעדער קול מחאה ווערט באלד פאשוויגן דארך בעלי אינטערסען. עס מוז ארוס קומען א קלארע תשובה וואס איז די ציגאנגג דארט.

ווי קומט עס אריין אין דעם אשכול?

פרידן
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג יוני 04, 2017 3:53 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:עס קומט ארויס א בריוו פון גדולי ארץ ישראל, מיט א אויפאדעראנג פון די אמעריקאנע רבנים:
זאלן קלאר שטעלן וואס איז די מצב דארט מיט סמארט פאון'ס.
עס פאלן שטיקער פון כלל ישראל, יעדער קול מחאה ווערט באלד פאשוויגן דארך בעלי אינטערסען. עס מוז ארוס קומען א קלארע תשובה וואס איז די ציגאנגג דארט.

קען זיין ווייל די דארטיגע ווייסן נישט וואס הייסט לצורך פרנסה, נאכדעם וואס זיי באקומען גרויס געלט פין די מדינה,
אז זיי וואלטן ווען געפירט א מערכה מיט גיוס כדבעי וואלטן זיי פארלוירן די געלטער וואלטן זיי בעסער געקענט פארשטיין די ענין פין לצורך פרנסה

אלט מאנרא
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: אינטערן בעט

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג יוני 04, 2017 3:54 pm

פרידן האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:עס קומט ארויס א בריוו פון גדולי ארץ ישראל, מיט א אויפאדעראנג פון די אמעריקאנע רבנים:
זאלן קלאר שטעלן וואס איז די מצב דארט מיט סמארט פאון'ס.
עס פאלן שטיקער פון כלל ישראל, יעדער קול מחאה ווערט באלד פאשוויגן דארך בעלי אינטערסען. עס מוז ארוס קומען א קלארע תשובה וואס איז די ציגאנגג דארט.

קען זיין ווייל די דארטיגע ווייסן נישט וואס הייסט לצורך פרנסה, נאכדעם וואס זיי באקומען גרויס געלט פין די מדינה,
אז זיי וואלטן ווען געפירט א מערכה מיט גיוס כדבעי וואלטן זיי פארלוירן די געלטער וואלטן זיי בעסער געקענט פארשטיין די ענין פין לצורך פרנסה

;l;p-
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

זבחי צדק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג יוני 04, 2017 4:00 pm

מיללער האט געשריבן:געזען א גוטע נוסחא, קאפי/פעיסט:

"אבינו מלכינו סתום פיות, תאחד הקהלות והראשי ישיבות יעשו פיוס, אז ינוח לנו מכל השטיות, ולא נצטרך להסתיר את פרצוף המחלוקת תחת גזירת גיוס"

ביזט זייער cute..
נאר אלס היסטאריקער [וואס איר האלט זיך אזוי], וואלט איך דיך געראטן טויש די ווערטער און לייג אריין אנשטאט, תאחד הקהלות וכו', את פרצוף המחלוקת תחת גזירת השמדת שש מיליאן,
און שיק עס צו ר' מיכאל בער'ן זצ"ל....

שליו ודגים
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » זונטאג יוני 04, 2017 4:00 pm

אינטערסאנט

סאטמארע עסקנים זענען מסביר פאר די לעיקוואדע ר"י זאלן מסביר זיין פאר א"י........

לדעתי העני' והפסולה ובטולה דעת בעה"ב: די גאנצע פראבלעים איז אז מ'זוכט צו גיין מיט ליטאים אגודאים מ'האט זיך מיט דעם אריינגעלייגט אין גאר גאר א שווערע סוגיא טיף און פארדרייט ווער ס'קען זייער נאטור מ'האט געדארפט פון אנהייב פראבירן צו כאפן ווי מער חסידישע זאלן קומען און זאגן פאר די ליטאים אגודאים ווילסטו קומען מיט מיר הרי טוב ואם לאו יחזור וישוב לביתו און א גוטן טאג

חיים נחום
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:38 pm

תגובהדורך חיים נחום » זונטאג יוני 04, 2017 4:02 pm

ערגעץ האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איך כאפ נישט, קען מיר איינער ערקלערן פשט פון דעם בריוו? די אמעריקאנע ר"י זענען מודיע פאר די אר"י'דיגע אז עס איז דא א סכנה, זיי ווייסן נישט אליינס?


די ארטיגע ארץ ישראל'דיגע פרעסע איז משתיק די גאנצער עסק, פון דארט איז שווער די אינפא זאל אנקומען לבית אדמור"י ורבני ארה"ק
פון חו"ל איז דא א מבוא אז די פאקטן זאלן ווערן אויסגעקלארט
און ווי @אוהב זאגט קוקט אויס ווי די פאקטן הייבן אן ארויסקומען אויפן אויבערפלאך אפליינענדיג דער פרעצעדענטלאזער אטאקע פינעם יתד נאמן און המבשר.

קען איינער אהערברענגן די אנטווארט פינעם היינטיגער דער איד צו די צייטונגען אין ארץ ישראל

איך פארשטיי נישט וויאזוי אין 2017 דארפן אידן פון אמעריקע 'מסביר זיין די מציאות' פאר די אידן אין ארץ ישראל.
אין 1937 האט א איד געקענט וואוינען און פולין און האט גארנישט געוואוסט וואס גייט פאר אריבער די גרעניץ אין דייטשלאנד ווייל עס איז נישט געווען קיין טלפון אינטרנט וכו'. היינט אין 2017 קען זיצן א ראש ישיבה אין ארץ ישראל און פון טויזנטע ערליכע אידן אין ארץ ישראל זאל נישט זיין אפילו איין ראש ישיבה וואס זאל עם קומען פארציילן: "רבי, מען איז מגייס בחורים הונטער דיין רוקן", נאר פון אמעריקע דארפן קומען מענטשן און עם 'פארציילן' וואס גייט פאר.

די גאנצע נוסח פון 'אויפוועקן די יהדות החרדית אין ארץ ישראל זאל'ן זעהן וואס גייט פאר' מאכט עפעס נישט קיין סענס. אונז דא זאלן זיי 'מודיע' זיין און פארציילן וואס טוט זיך? טראכט אריין נאכאמאל צו עס מאכט סענס וואס דו רעדסט.

שטעלט אייך פאר אז ראשי הישיבות און גדולי האדמורים אין ארץ ישראל גייען צוזאמרופן א כינוס רבבות אויף עפעס א גרויסע מכשול פון - למשל - 'ניקור' וואס גייט דא פאר אין אמעריקע (און ס'איז נאר א דוגמא), וויאזוי וואלסטו עס אנגעקוקט? זיי וואלטן אונז אויפגעקלערט אז אונז עסן מיר יעדן טאג נבילות וטריפות און עובר אויף איסורים דאורייתא ומדרבנן... העלאו קום אריבער דא וועסטו זעהן אז אלעס איז אויסגעהאלטן און אלעס איז כשר בתכלית ההידור משגיחים פלאמבעס וכו' וכו', וואס לאסטו זיך נער'ן פון אפאר עסקנים וואס רעדן דיר איין לאקשן?
והנמשל מובן וד"ל.


דער תירוץ אויף דיין קשיא איז גאנץ א פשוטער: אדם קרוב אצל ממונו. עס איז א מציאות אז די יעצטיגע רעגירונג אין מדינת ישראל שיט עפרות זהב אויפן יהדות החרדית, די חרדים אליינס זאגן אז זיי דענקן נישט אזוינע גאלדענע צייטן שוין פאר לאנגע יארן. אלזא איז פארשטענדליך אז זיי האבן א אינטערעסע צו מאכן א ערענסטע וישתוקו פונעם גאנצן פראבלעם. בנוסף לזה, זיצן דא טובי המוחות און ערענסטע פי אר פראפעשענעלס צו מטכס עצה זיין וויאזוי צו אריינרוקן גרויסע קוואטעס פון בחורים אין מיליטער, און זיי האבן קאאפאראציע פון די חרדים און טייל פון די מטכסי עצה זענען זעלבסט פון חרדישע אפשטאם וואס קענען גוט דעם חרדישן מענטאליטעט, זייער מהלך איז זייער קלאר ליידער, אויב וועט מען זיך נעמען צו נניח תלמידי הישיבה פון גור, בעלזא, פאנאווידזש אדער חברון, וועט גלייך ווערן א שרעקליכע איבערקערעניש און זיי וועלן נישט קענען אנקומען צום ציהל בסופו של יום. דעריבער ארבעטן זיי סטראטעגיש אויף קלענערע ציהלן, ווי ספרדישע בחורים אדער קלענערע ישיבות אן גרויסע רוקן ביינער, און אזוי צוביסלעך שטעלן דעם פאקט אז חרדים דינען אין מיליטער, א זאך וואס איז געווען ביהרג ואל יעבור ביז קנאפע פאר יאר צוריק.

דעריבער איז פארשטענדליך פארוואס די עסקנים אין די מדינה וויל פאר יעדן פרייז עס זאל הערשטן א פולשטענדיגער שטילשווייגעניש איבער דעם גאנצן נושא ווייל דער פרסום דערפון ברענגט זיי בלויז קאפווייטאג. אט דאס האט גורם געווען אז די אמעריקאנער ראשי ישיבה און גדולים קומען ארויס מיט א ויצעקו אז דער מצב ווערט פאלטש געהענדלט.

יעצט מיינט נישט אז די ליטווישע ראשי ישיבות זענען געווארן קנאים איבערנאכט, און האבן באקומען א סאטמארער געדאנקן גאנג, בהחלט נישט, זיי ברענגן פשוט ארויף אויף די ליפן א פראבלעם וואס איז קאי וקיים און זאגן פאר די ארץ ישראלדיגע עסקנים אז שפילן באהאלטן איז נישט קיין אפציע. זיי טענה׳ן לאמיר עפענען די קארטן און דערציילן פארן ציבור: יא עס איז דא א ערענסטע פראבלעם, און מ׳דארף פאראייניגן דעם גאנצן יהדות החרדית צו שטיין על המשמר אז דער פראבלעם זאל זיך נישט דערקייקלען צו א נקודת אל חזור. אייער מהלך פון שפילן דום און נישט רעדן א ווארט, אזש ביז א פולער סאנקציע אויף די היימישע צייטונגן אז מ׳טאר פון דעם פראבלעם נישט רעדן אף מילה אחת, ארבעט נישט ווייל שטופן פראבלעמען אונטערן קארפעט מאכט דאס נאר ערגער.

בנוסף לזה וויל איך פרעגן די מגיבי האשכול וואס זענען מצדד אז מ׳זאל דעם פראבלעם ווייטער באהאלטן און שפילן כאילו אלעס איז שטיל, עס איז א ביטערע מציאות וואס פאטשט אין פנים אז חרדים מיט מונדירן ווערט א פאקט, און בילדער זאגן נישט קיין ליגענט, מ׳זעט מער און מער חרדים ווערן רעקוטירט צום צבא. יעצט קען זיין אז נישט אלע זענען תורתם אומנתם בחורים, זענט איר אבער בלינד צו זאגן אז ס׳איז נישט דא קיין שום טויש פון יארע תשע״ז צו יארע תש״ע אנבאלאנגט דעם פאקט פון חרדים אין מיליטער.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג יוני 04, 2017 4:05 pm

שליו ודגים האט געשריבן:אינטערסאנט

סאטמארע עסקנים זענען מסביר פאר די לעיקוואדע ר"י זאלן מסביר זיין פאר א"י........

לדעתי העני' והפסולה ובטולה דעת בעה"ב: די גאנצע פראבלעים איז אז מ'זוכט צו גיין מיט ליטאים אגודאים מ'האט זיך מיט דעם אריינגעלייגט אין גאר גאר א שווערע סוגיא טיף און פארדרייט ווער ס'קען זייער נאטור מ'האט געדארפט פון אנהייב פראבירן צו כאפן ווי מער חסידישע זאלן קומען און זאגן פאר די ליטאים אגודאים ווילסטו קומען מיט מיר הרי טוב ואם לאו יחזור וישוב לביתו און א גוטן טאג

דעי עצם בריוו אז אזאלעכע פארוועם מען דארף ענפערן פרעגן קשיות איז באלד א גרעסערע דערגרייכונג ווי די גאנצע כינוס

אוועטאר
Amazing
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » זונטאג יוני 04, 2017 4:06 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:געזען א גוטע נוסחא, קאפי/פעיסט:

"אבינו מלכינו סתום פיות, תאחד הקהלות והראשי ישיבות יעשו פיוס, אז ינוח לנו מכל השטיות, ולא נצטרך להסתיר את פרצוף המחלוקת תחת גזירת גיוס"

ביזט זייער cute..
נאר אלס היסטאריקער [וואס איר האלט זיך אזוי], וואלט איך דיך געראטן טויש די ווערטער און לייג אריין אנשטאט, תאחד הקהלות וכו', את פרצוף המחלוקת תחת גזירת השמדת שש מיליאן,
און שיק עס צו ר' מיכאל בער'ן זצ"ל....

@מיללער ווען מעג מען רעדן אויף די רבנים און ווען נישט???

איך האב געדארפט ארויףסקראלן צו טאבל טשעקען צו איך בין נישט צופאליג אין קאווע שטיבל...

#היפאקריט #מיין רבי האלט נישט דערפון...

וויל זיין גוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » זונטאג יוני 04, 2017 4:11 pm

מיינע פאר ווערטער:

די 5 רבנים זענען אינגאנצן נישט באקאנט אלס אזעלכע וואס זאלן זיך צוכאפן צו נארישקייטן, זיי ווערן נישט באנומען פון היציגע מענטשן, אויך זענען זיי נישט בדרכם צו מאכן מחאות וכו' וכו' וכו', עס איז זעלטן צו טרעפן זייערע חתימות אויף די גאסן.

אויב אזוי איז טייטש, אז זיי זענען אריין לעומקם של דברים, און זענען איבערצייגט געווארן אז דאס איז דער מציאות.

יעצט דריי מיט דיין פינגער אויף וועלכע זייט דו ווילסט, די 5 רבנים האבן דא אויסגעשריגן אז עפעס קומט פאר אין ארץ ישראל, און עס דארף עפעס געטוהן ווערן.
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 04, 2017 4:26 pm

רעדט פון נישט קענען נעמען קיין וויץ.

די ק/פ פונעם גראם רעדט נישט אויף רבנים און נעמט נישט קיין שטעלונג איבער די גיוס זעלבסט, עס ברענגט בסך הכל ארויס אין צוויי שורות די שפיץ פונעם יעצטיגען מצב.

בסך הכל האלט מען יעצט אז ביי כלל ישראל החרדית אלוועלטליך ברענט יעצט פארשידענע מחלוקת, הויפטזעכליך צוויי ריזיגע מחלוקות, איינס אין ארץ ישראל צווישן צוויי פראקציעס ביי די ליטווישע קרייזן און א צווייטע צווישן צויי פראקציעס אין א חסידישע קרייז.

ווען די מחלוקות וואלטן נישט געווען וואלט פאסירט איינס פון די צוויי, אדער וואלט יעדער איינגעשטימט איבערן פראבלעם פון גזירת הגיוס און עס וואלט נישט געווען א כינוס הרבבות נאר א א כינוס ריבוא רבבות. אדער וואלט יעדער איינגעשטימט אז עס הערשט נישט קיין סכנת גיוס און עס וואלט בכלל נישט געווען קיין כינוס.

אט די טראגיקאמישער לאגע ברענגט די ק/פ זייער גוט ארויס:

אבינו מלכינו סתום פיות, תאחד הקהלות ותשכין שלום בין הבריות, אדמור"י החסידות והראשי ישיבות יעשו פיוס, אז ינוח לנו מכל השטיות, ולא נצטרך להסתיר את פרצוף המחלוקת תחת גזירת גיוס

בראשית ברא
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג יוני 04, 2017 4:31 pm

און אלס היסטאריקער, איז געווען איין תקופה ביי כלל ישראל ווי עס איז נישט געווען די אזוי גערופענע 'מחלוקת' צווישן חכמי ישראל ובעלי מחלוקתם. וועגן דעם ווערט עס שטיות?
און וואס איז די צד אז יעדער וואלט איינגעזען אז ס'איז נישטא קיין גזירות גיוס?

פרידן
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג יוני 04, 2017 4:32 pm

מיללער האט געשריבן:רעדט פון נישט קענען נעמען קיין וויץ.

די ק/פ פונעם גראם רעדט נישט אויף רבנים און נעמט נישט קיין שטעלונג איבער די גיוס זעלבסט, עס ברענגט בסך הכל ארויס אין צוויי שורות די שפיץ פונעם יעצטיגען מצב.

בסך הכל האלט מען יעצט אז ביי כלל ישראל החרדית אלוועלטליך ברענט יעצט פארשידענע מחלוקת, הויפטזעכליך צוויי ריזיגע מחלוקות, איינס אין ארץ ישראל צווישן צוויי פראקציעס ביי די ליטווישע קרייזן און א צווייטע צווישן צויי פראקציעס אין א חסידישע קרייז.

ווען די מחלוקות וואלטן נישט געווען וואלט פאסירט איינס פון די צוויי, אדער וואלט יעדער איינגעשטימט איבערן פראבלעם פון גזירת הגיוס און עס וואלט נישט געווען א כינוס הרבבות נאר א א כינוס ריבוא רבבות. אדער וואלט יעדער איינגעשטימט אז עס הערשט נישט קיין סכנת גיוס און עס וואלט בכלל נישט געווען קיין כינוס.

אט די טראגיקאמישער לאגע ברענגט די ק/פ זייער גוט ארויס:

אבינו מלכינו סתום פיות, תאחד הקהלות ותשכין שלום בין הבריות, אדמור"י החסידות והראשי ישיבות יעשו פיוס, אז ינוח לנו מכל השטיות, ולא נצטרך להסתיר את פרצוף המחלוקת תחת גזירת גיוס

א' חוקת האסטו נישט געקאפיעט אזאלעכע ווערטלעך

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 04, 2017 4:32 pm

א חוקת?

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » זונטאג יוני 04, 2017 4:33 pm

Amazing האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:געזען א גוטע נוסחא, קאפי/פעיסט:

"אבינו מלכינו סתום פיות, תאחד הקהלות והראשי ישיבות יעשו פיוס, אז ינוח לנו מכל השטיות, ולא נצטרך להסתיר את פרצוף המחלוקת תחת גזירת גיוס"

ביזט זייער cute..
נאר אלס היסטאריקער [וואס איר האלט זיך אזוי], וואלט איך דיך געראטן טויש די ווערטער און לייג אריין אנשטאט, תאחד הקהלות וכו', את פרצוף המחלוקת תחת גזירת השמדת שש מיליאן,
און שיק עס צו ר' מיכאל בער'ן זצ"ל....

@מיללער ווען מעג מען רעדן אויף די רבנים און ווען נישט???

איך האב געדארפט ארויףסקראלן צו טאבל טשעקען צו איך בין נישט צופאליג אין קאווע שטיבל...

#היפאקריט #מיין רבי האלט נישט דערפון...

דאס איז מיללער כמנהגו נוהג, מיט זיינע "נישט מצומצמ'דיג/סאטמארע" אגענדעס, וואס למעשה קומט ארויס מער מצומצמ'דיג. [און יא, כ'האב שוין געזען די נייע "הסבר" אויפ'ן גראם].
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

משה סויבל
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 8:09 pm

תגובהדורך משה סויבל » זונטאג יוני 04, 2017 4:34 pm

מיללער האט געשריבן:רעדט פון נישט קענען נעמען קיין וויץ.

די ק/פ פונעם גראם רעדט נישט אויף רבנים און נעמט נישט קיין שטעלונג איבער די גיוס זעלבסט, עס ברענגט בסך הכל ארויס אין צוויי שורות די שפיץ פונעם יעצטיגען מצב.

בסך הכל האלט מען יעצט אז ביי כלל ישראל החרדית אלוועלטליך ברענט יעצט פארשידענע מחלוקת, הויפטזעכליך צוויי ריזיגע מחלוקות, איינס אין ארץ ישראל צווישן צוויי פראקציעס ביי די ליטווישע קרייזן און א צווייטע צווישן צויי פראקציעס אין א חסידישע קרייז.

ווען די מחלוקות וואלטן נישט געווען וואלט פאסירט איינס פון די צוויי, אדער וואלט יעדער איינגעשטימט איבערן פראבלעם פון גזירת הגיוס און עס וואלט נישט געווען א כינוס הרבבות נאר א א כינוס ריבוא רבבות. אדער וואלט יעדער איינגעשטימט אז עס הערשט נישט קיין סכנת גיוס און עס וואלט בכלל נישט געווען קיין כינוס.

אט די טראגיקאמישער לאגע ברענגט די ק/פ זייער גוט ארויס:

אבינו מלכינו סתום פיות, תאחד הקהלות ותשכין שלום בין הבריות, אדמור"י החסידות והראשי ישיבות יעשו פיוס, אז ינוח לנו מכל השטיות, ולא נצטרך להסתיר את פרצוף המחלוקת תחת גזירת גיוס


וואס איז דער פראבלעם?
יעדער האט א אנדערע מהלך לוחם צו זיין קעגן די גזירה
איינער דורך אן עצרת רבוא רבבות
און איינער דורך שיקן בריוון צום פרעזידענט
עס איז נישט קיין סתירה
עני מחלוקת?

רחש לבי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובהדורך רחש לבי » זונטאג יוני 04, 2017 4:36 pm

מיללער האט געשריבן:רעדט פון נישט קענען נעמען קיין וויץ.

די ק/פ פונעם גראם רעדט נישט אויף רבנים און נעמט נישט קיין שטעלונג איבער די גיוס זעלבסט, עס ברענגט בסך הכל ארויס אין צוויי שורות די שפיץ פונעם יעצטיגען מצב.

בסך הכל האלט מען יעצט אז ביי כלל ישראל החרדית אלוועלטליך ברענט יעצט פארשידענע מחלוקת, הויפטזעכליך צוויי ריזיגע מחלוקות, איינס אין ארץ ישראל צווישן צוויי פראקציעס ביי די ליטווישע קרייזן און א צווייטע צווישן צויי פראקציעס אין א חסידישע קרייז.

ווען די מחלוקות וואלטן נישט געווען וואלט פאסירט איינס פון די צוויי, אדער וואלט יעדער איינגעשטימט איבערן פראבלעם פון גזירת הגיוס און עס וואלט נישט געווען א כינוס הרבבות נאר א א כינוס ריבוא רבבות. אדער וואלט יעדער איינגעשטימט אז עס הערשט נישט קיין סכנת גיוס און עס וואלט בכלל נישט געווען קיין כינוס.

אט די טראגיקאמישער לאגע ברענגט די ק/פ זייער גוט ארויס:

אבינו מלכינו סתום פיות, תאחד הקהלות ותשכין שלום בין הבריות, אדמור"י החסידות והראשי ישיבות יעשו פיוס, אז ינוח לנו מכל השטיות, ולא נצטרך להסתיר את פרצוף המחלוקת תחת גזירת גיוס


פון די מהלך פון דעם חסידישע קרייז וועם דו ווילסט זייער דעקן דורך דברי ביטול וליצנות אין אזא ביטערע מצב קוקט אויס אז אי לאו האי יומא (קוק אינעם לוח ווען די כינוס פאלט אויס) וואלט בכלל נישט געווען מיט וועם צו מאכן א כינוס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Good eye, Google Adsense [Bot], א חסיד, דונש, הצדיק, זכריה ירוחם תנחום, לאנדאן שטופער, משה סויבל, פעלעד, פרידן, קאפ און אקסל, שואלכענין און 81 געסט