א פרישע נידערקייט פון התחברות לרשעים

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אבן יקרה
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

א פרישע נידערקייט פון התחברות לרשעים

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג יוני 18, 2017 4:56 pm

דער געזונט מיניסטער פון מדינ"י, דער אגודיסט יענקל ליצמאן, וואס איז געווען די ערשטע פורץ גדר פון די אגודיסטישע קרייז אריינגיין אין ממשלה אין ווערן א שותף ממש מיט די הסכמה פון מועצגה"ת, וואס האט שוין געברענגט חורבנות ווי אלע האבן געזען אין די לעצטע ווינטער מיט די אפטיילונג פון די פריים מיניסטער אין די קאנפערנשן פון המודיע, ווי באקאנט די מחאות פון גדול"י שליט"א אין שפיץ פון העה"ח מיט כ"ק האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א אויף דעם, איז היינט אראפ געגאנגען נאך א נידערקייט, ווען דער מיניסטער ליצמאן האט געפייערט אין זיין שטוב, אין די היימישע געגנט עזרת תורה אין ירושלים, אנקעגן איבער שיכון ויואל משה, א שמחת שבע ברכות לכבוד זיין איינקל'ס חתונה, מיט די באטיילונג פון אלע רשעי המדינה, דער פריים מיניסטער, און אלע שריה ויועציה, די ארגסטע עוכרי ישראל וואס זענען דא, מיט אזא מין סארט חנופה פון אלע באטיילונגערס.

שוידערליך.
http://www.jdn.co.il/breakingnews/850524

אוועטאר
איינפאכער איד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג יוני 18, 2017 5:03 pm

Dropbox please

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג יוני 18, 2017 5:07 pm

.
די בילדער פון די עזרת נשים קען מען נישט ברענגן, אבער מ'האט אויך אנגעגרייט פאר זיי א רייכע 'געזונטע' סעודת שבע ברכות.
צוגעלייגטע
orig_23691c7cf05a4389a143bfcd5d9f16cc.jpg
orig_23691c7cf05a4389a143bfcd5d9f16cc.jpg (121.56 KiB) געזעהן 67 מאל
orig_1023dbcc0c6944689a63aed337a220a8.jpg
orig_1023dbcc0c6944689a63aed337a220a8.jpg (106.38 KiB) געזעהן 67 מאל

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » זונטאג יוני 18, 2017 5:07 pm

איך כאפ נישט וועלכע גדרים ער האט יעצט געבראכן און מיט וואס ער איז יעצט געגאנגען נאך נידעריגער ווי ביז איצט.

בסך הכל איז דער רה"מ ושרי הממשלה געקימען צו אים אין שטוב צו א שמחה, ביג דיעל, דער רה"מ גייט ארום צו רביס און צו פאליקאנטען, די שרים גייען אויך כסדר, אנדערע פאליקאנטען גייען אויך,

גארנישט מער ספציעיל ווי א צווייט מאל, אפשר ווייל עס איז געווען קעגן שכונת ויואל משה?!

ראנדער
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 12:43 pm

תגובהדורך ראנדער » זונטאג יוני 18, 2017 5:08 pm

אחינו אתה???????????????????
צוגעלייגטע
F170618SC014-750x500.jpg
F170618SC014-750x500.jpg (87.16 KiB) געזעהן 51 מאל

לא לנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג יוני 18, 2017 5:08 pm

קודם זעמיר געוואר געווארן אז נתני' ימ"ש האט א שיעור מיט'ן זון אבנר יעדן שבת נאכמיטאג ווען ער קומט אהיים פון מיליטער...


אל השמחה הגיע נתניהו מלווה ברעייתו הגברת שרה נתניהו שישבה עם הכלה והמחותנים בעזרת הנשים.
עם כניסתו התקבל ראש הממשלה בכבוד רב ואמר לבני משפחת ליצמן ולכלה כי שמע שהחתן סיים את הש"ס. השר ליצמן הגיב בחיוך כי אם היה לומד כמו החתן הוא לא היה נהיה שר.
שרה נתניהו אמרה בתגובה: "נו, לפחות זכינו שאתה שר".
לאחר מכן, סיפרה שרה נתניהו כי אמרה לרעייתו של השר ליצמן שבעלה לומד עם הבן בכל שבת בה הוא מגיע הביתה מהצבא ואמרה כי "אבנר אומר שאתה הפוליטיקאי היחיד שאומר את האמת ולא משקר".
בהמשך התקיים השיח הבא בשבע ברכות - ליצמן: "אני בכלל מבית ליטאי במקור". גפני: "ואני בא מבית חסידי. יש לי ספודיק בשבת". נתניהו: "אתם צריכים שאני אפשר ביניכם?!".
בתוך כך, במהלך החגיגה, הפגינו בסמוך לביתו של ליצמן, מספר מצומצם של קיצוני נטורי קרתא.

ניס קראכער
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג יוני 18, 2017 5:09 pm

פעך
פאסט נישט דא ארויף צולייגן קיין בילדער פון דעם שגץ!!!!

אבן יקרה
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג יוני 18, 2017 5:10 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:איך כאפ נישט וועלכע גדרים ער האט יעצט געבראכן און מיט וואס ער איז יעצט געגאנגען נאך נידעריגער ווי ביז איצט.

בסך הכל איז דער רה"מ ושרי הממשלה געקימען צו אים אין שטוב צו א שמחה, ביג דיעל, דער רה"מ גייט ארום צו רביס און צו פאליקאנטען, די שרים גייען אויך כסדר, אנדערע פאליקאנטען גייען אויך,

גארנישט מער ספציעיל ווי א צווייט מאל, אפשר ווייל עס איז געווען קעגן שכונת ויואל משה?!

כל זמן מ'גייט דארט אריין אינעווייניג אין כנסת המינים, און אין די קאבינעט, האט מען נאכגעהאט א תירוץ כלומר מ'גייט ראטעווען. אבער אזוי זיך צו חנפ'נן, זיצן צו א פריוואטע מסיבה, און נאך בכבוד ופאר, מיט חנופה וואס אין בדומה לו, דאס ווייזט שוין די גאנצע חורבן פון די התחברות לרשעים. אפילו לשיטתם. אזאנס איז נאכנישט געווען ביי די אגודיסטן, סיי ביי די חסידישע און סיי ביי די ליטווישע.

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » זונטאג יוני 18, 2017 5:11 pm

ב״ה געטראפן וואו נאך מ׳קען ארויף ברענגן די מדינה אויפן טיש.
זעסט מיר אויס צו זיין א גרויסע ציוניסט.....
אלעס האט א גבול.
יחי המלך

ראנדער
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 12:43 pm

תגובהדורך ראנדער » זונטאג יוני 18, 2017 5:12 pm

קיינער זאל מיר נישט איינרעדן אז עס איז דא ביי זיי גיידליינס

ביי די קרייזן איז די ווארט "התחברות לרשעים" א סיקרוקישע ווארט

הלא משנאיך ה' אשנא... תכלית שנאה שנאתים, לאויבים היו לי

דער בדחן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

התחברות?

תגובהדורך דער בדחן » זונטאג יוני 18, 2017 5:12 pm

אלע דארט האבען זיך פיינט איינער די צוויטער, דאס איז פשוט פאליטיק.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”